בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב דיר געקענט באצאלן די חוב פון צען טויזנט דאלער נאך פאר'ן זמן הפרעון.
עס ווערט אויסגעשמועסט אין די פוסקים אויב מען מעג זאגן "יישר כח" ווען מען באצאלט א חוב אדער מען טאר נישט צוליב דעם איסור ריבית.
דאס איז אבער זיכער אז אין זכות וואס דו האסט געהאלפן די מוסד פון רבי'ן וועסטו געבענטשט ווערן, ווייל ווען מען טוט צדקה מיט'ן צדיק אמת ווערט מען געבענטשט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "אִם נוֹתְנִין צְדָקָה לְזֶה הַצַּדִּיק", אז מען געבט צדקה פאר'ן אמת'ן צדיק, "הוּא מִתְבָּרֵךְ מִיָּד", ווערט מען גלייך געבענטשט, "אֲבָל אִם נוֹתֵן צְדָקָה לְמִי שֶׁאֵינוֹ בְּחִינַת עָפָר כְּלָל, אֵינוֹ עוֹשֶׂה פֵּרוֹת", אבער אז מען געבט צדקה פאר א פלאץ וואס איז נישט וכו', האט מען גארנישט דערפון.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן געבן אונזערע צדקות פאר'ן הייליגן רבי'ן, פאר זיינע ספרים און מוסדות וואס טוען פארשפרייטן זיינע עצות.