בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די געלט פון הפצה זאלסטו געבן נאר פאר צדקה
הפצה, צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט הפצה, דו פארשפרייטסט די זיסע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי צוריק ברענגען אידישע קינדער צו אים.


דאס וואס דו פרעגסט, וואס דו זאלסט טון מיט די געלט פון הפצה; די גאנצע געלט זאלסטו געבן פאר צדקה, ברענג דיין געלט פאר די ישיבה, פאר די פלאץ וואס געבט דיר די שיינע עצות אין לעבן.


מען טאר נישט נעמען געלט פון צדקה פאר שפילצייג וכדומה, אך און וויי פאר בחורים וואס גייען נאך געלט און קויפן מיט דעם ציגרעטלעך אדער אנדערע שפילערייען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה ח, ט): "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ לֹא חִגֵּר, וְלֹא סוּמָא, וְלֹא פִסֵּחַ, וְעוֹשֶׂה עַצְמוֹ כְּאַחַד מֵהֶם", ווער עס מאכט זיך הינקעדיג אדער בלינד, ער פאפט אויס מענטשן ביים גיין נאך געלט, "אֵינוֹ מֵת מִן הַזִּקְנָה עַד שֶׁיִּהְיֶה כְּאַחַד מֵהֶם", דער וועט נישט אוועק גיין פון די וועלט ביז ער וועט טאקע ווערן אזוי, השם ישמרינו.


די גאנצע געלט זאלסטו געבן פאר צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.