בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א גרויס רחמנות אויף מיידלעך וואס מיינען אז די תורה איז א קנס
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט ליב האבן ווי אזוי ער וויל מען זאל גיין אנגעטון, ווייל עס איז א גרויסע רחמנות אויף מיידלעך וואס האבן נישט ליב צניעות, זיי האבן פיינט צניעות, זיי מיינען אז די תורה איז א קנס.


גיין אנגעטון איידל און באשיידן - איז שיין, גיין אנגעטון איידל - איז זיס; אידישע קינדער זענען נישט גע'קנס'עט אז מיר דארפן גיין אנגעטון איידל, מיר זענען באליבט ביים אייבערשטן, דעריבער זאגט ער אונז מיר זאלן זיך אכטונג געבן ווי אזוי זיך צו פירן.


מיין קליין אינגל פון איבער א יאר אלט איז זייער ברוגז אויף מיר אז איך לאז אים נישט אנכאפן די האר קערלע"ר (אן אייזן וואס מען מאכט הייס צו קרייזלען האר); איך זאג אים אלץ ער זאל דאס נישט אנרירן, איך נעם עס אוועק פון אים און ער איז זייער ברוגז אויף מיר, ער קען נאך נישט רעדן, אבער איך קען זען ווי ער וויל מיר זאגן: 'הלואי ווען קיינער זאגט מיר נישט וואס צו טון'; נעכטן נאכט האט פאסירט א שרעקליכע זאך, איינער פון מיינע קינדער האבן דאס גענוצט צו קרייזלען האר און געלאזט איינגעשטעקט, מיין קליין קינד האט דאס אנגעכאפט און זיך אפגעבריט די הענט; ער האט אזוי שטארק געוויינט אז אלע האבן מיט געוויינט, ער האט זיך געווארפן פאר יסורים, מיר האבן פרובירט מיט אלע מיטלען אים צו בארואיגן, עס איז געווען פאר אים זייער א גרויסע צער.


שפעטער ביינאכט ווען ער האט זיך שוין בארואיגט, ער האט גענומען מעדעצין, ער איז געווען אביסל פרייליך, האב איך אים געוויזן דעם האר קערלע"ר און אים געפרעגט אויב ער דארף עס, ווי נאר ער האט דאס געזען איז ער אזוי ווייט אוועקגעלאפן, מיט אזא פחד, מיט אזא שרעק; ער וויל שוין נישט אנרירן דעם אייזן. אבער היות ער איז נאך גאר קליין, ער איז א יאר און א האלב, ווערט ער נאך אלץ ברוגז אויף מיר ווען איך נעם אוועק פון אים סכנה'דיגע זאכן, ווי א מעסער וכדומה; ער קוקט אויף מיר אזוי ברוגז'דיג, ער וויל מיר זאגן: 'הלואי ווען קיינער זאגט מיר נישט וואס צו טון'.


איך האף דו פארשטייסט אליינס וואס איך וויל אויספירן; מיר ווייסן נישט וואס איז גוט און וואס איז נישט גוט, מיט אונזער שכל אליינס ווילן מיר זאגן: 'הלואי ווען קיינער זאגט מיר נישט וואס צו טון', הלואי ווען איך קען זיך אנטון ווי אזוי איך וויל; דארפן מיר וויסן אז עס לוינט זיך נישט אפצובריען און נאכדעם אנטלויפן פון די נישט גוטע זאכן, מיר דארפן גלייבן אז אויב מען טוט זיך אן אנדערש ווי דער אייבערשטער וויל, כאפט מען אזא ברי, די ווייטאג איז שרעקליך.


בעט אסאך דעם אייבערשטן זאלסט ליב האבן די וועג ווי אזוי דער אייבערשטער וויל מען זאל גיין אנגעטון; זייער אסאך מיידלעך, תלמידות פון אונזער סקול פרעגן מיר כל מיני שאלות אויף צניעות, איך פרוביר נישט צו ענטפערן משום כמה טעמים. איין זאך זאג איך דיר, פאר אלע תלמידות פון בית פיגא און פאר אלע וואס ווילן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן: "בעט דעם אייבערשטן זאלסט ליב האבן צו זיין א איד, בעט דעם אייבערשטן זאלסט ליב האבן צו גיין אנגעטון שיין, איידל און רייך, בעט דעם אייבערשטן זאלסט וועלן נאר וואס ער וויל".


נאך אביסל ווערסטו א כלה און נאך די ביסל, פאר נאך אביסל ווערסטו א מאמע, און נאכדעם, נאך די ביסל און נאך די נאך אביסל איז נאך אביסל - וועסטו האבן קינדער וואס וועלן גיין אין חדר און אין סקול, דעמאלט וויל מען שוין נאר איין זאך, דעמאלט וויל מען שוין נאר גוטע קינדער, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער און ווייטאג פון עלטערן וואס די קינדער גייען נישט אויף די תורה וועג.


וואס קענען מיר טון אז אונזערע קינדער זאלן זיין ערליך, וואויל, גוט, טייער, הייליג און ריין? אז מיר וועלן זיך פירן איידל, מיר וועלן גיין אנגעטון איידל - דעמאלט וועלן מיר האבן די הבטחה וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ בְּבָנִים הֲגוּנִים". אז מען גייט צניעות'דיג איז מען זוכה צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.