בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט תורה מיט תינוקות של בית רבן; א מלמד איז זייער א חשוב'ע זאך, אזוי ווייט אז א מלמד טראגט דעם זעלבן טיטל וואס מיר זאגן אויפן אייבערשטן כביכול: "הַ'מְלַמֵּד' תּוֹרָה לְעַמּוֹ יִשְׂרָאֵל".
אלע עלטערן זענען זייער צופרידן פון דיין ארבעט; די קינדער קומען אהיים מלא וגדוש מיט יראת שמים, אינדערפרי לויפן זיי מיט א חשק און ברען אין חדר, און זיי האבן זייער ליב צו גיין אין חדר; דאס איז דער עיקר וואס א מלמד דארף זען - אז די קינדער זאלן ליב האבן צו גיין אין חדר. אויב די קינדער גייען אן חשק, אן א געשמאק דאן איז זייער שווער מען זאל קענען אריין לייגן אין זיי אהבת השם יתברך, און אז קינדער האבן ליב צו גיין אין חדר איז א סימן אז דער מלמד איז א גוטער מלמד.
שטארק דיר טייערער ...! וואויל איז דיר אז דו באשעפטיגסט זיך טאג און נאכט מיט די הייליגע ארבעט - אריין צו לייגן אין קינדער אמונה ויראת שמים; עס איז טאקע א שווערע ארבעט צו זיין א מלמד. מען דארף האבן געדולד ווי הלל הזקן, ווייל יעדעס קינד איז א וועלט פאר זיך, יעדעס קינד קומט פון אן אנדערע סארט שטוב, און אלע קומען מיט זייערע קטנות וכו', מיט דעם אלעם דארף מען אבער געדענקען אז יעדער איינער מוטשעט זיך בזה העולם, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): יעדער מענטש ליידט יסורים, און עס איז נישט דא קיינער וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו'; אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס גאנצע לעבן איז ווייניג און אנגעפולט מיט ווייטאג, און שלמה המלך זאגט אונז (קהלת ב, כג): "גַּם כָּל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישט דא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן און צו די תורה. מען דארף נעמען דעם 'עָמָל' וואס עס שטייט: 'אָדָם לְעָמָל יוּלָד', און עס אריין לייגן אין די תורה (ברכות יז.): 'אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה'.
דעריבער וויל איך דיר שטארקן דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז און זאלסט נישט קוקן וואס גייט אריבער אויף דיר; לייג דעם 'זיך' אין די זייט, דו זוך נאר ווי דו קענסט מחזק זיין און אריין לייגן אין נאך א קינד אמונה ויראת שמים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז זייער א גרויסע מדריגה ווען א מענטש זעט אז ער איז נישט מצליח אין עבודת השם ער זאל טראכטן: 'אז איך קען נישט זיין אן ערליכער איד, זאל כאטש א צווייטער זיין אן ערליכער איד'"; און דאס דארף א מלמד זאגן צו זיך: 'אפילו איך זע אויס ווי אזוי איך זע אויס, וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט וכו' וכו', דאך וועל איך אוועק געבן מיין לעבן פאר א צווייטן איד, און איך וועל אריין לייגן אין קינדער די ריינע אמונה און יראת שמים'.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין מיט די תלמידים.