בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך דאנק דיר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.
היינט איז זייער א גרויסער טאג, אינעם היינטיגן טאג איז דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו באפרייט געווארן פון תפיסה.
מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג דערציילן דעם סיפור פון זיין באפרייאונג; דער הייליגער בעל התניא האט זיך נישט פארלוירן זייענדיג אין תפיסה און איז שטענדיג געווען דבוק צום אייבערשטן, געווען איז דאס בשעת ער האט געזאגט מזמורי תהלים און ווען ער האט געהאלט אינמיטן קאפיטל נה ביי פסוק יט וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער: "פָּדָה בְשָׁלוֹם" איז מען אים געקומען באפרייען פון תפיסה; ער האט דעמאלט מחבר געווען א ניגון אויף די ווערטער "פָּדָה בְשָׁלוֹם" (וואס מען זינגט נאך עד היום אין חב"ד).
זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון צדיקים, אז אפילו בעת צרתם פארלירן זיי זיך נישט, נאר בלייבן צוגעקלעבט צום אייבערשטן.
איך האב זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן פאר דיר אז דו זאלסט ארויסגיין פון דיין צרה; ברוך ה', ברוך הוא וברוך שמו אז דו ביסט ניצול געווארן פון דיין ביטערע צרה, דארפסטו מאכן א יום טוב להודות ולהלל אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז.
שטארק דיר און ווער נישט צעפאלן; דו וועסט נאך זוכה זיין צו דאס וואס שטייט: (חגי ב, ט): "גָּדוֹל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבַּיִת הַזֶּה הָאַחֲרוֹן וכו'"; דו וועסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע ווארימע ערליכע שטוב בקרוב ממש.
פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיר און האט דיר זייער ליב.
...