בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן איז שלום
שלום, שכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן איז שלום; שלום אין שטוב, שלום צווישן שכנים און אזוי ווייטער, דער אייבערשטער האט זייער ליב ווען שכנים קומען זיך אויס.


איך ווייס גוט וויאזוי מען שפירט מיט גוטע שכנים און פארקערט, איך האב געהאט במשך אלע יארן אסאך סארט שכנים; מיר וואוינען אין א בנין מיט קרוב צו דרייסיג משפחות, עס איז געווען צייטן וואס מיר האבן זיך ממש מחי' געווען, מיר האבן געהאט געבענטשטע שכנים, וואוילע מענטשן, זיך נישט געמישט ווי אזוי צו מחנך זיין אונזער קינדער, זיי האבן געהאט זייער וועג און זיי האבן אונז געלאזט האבן אונזער וועג, עס איז געווען א מחי'. נאכדעם איז געווען צייטן וואס איך פלעג טרעפן מיין ווייב וויינען אין שטוב, יעדן טאג מיט אן אנדערע מעשה, היינט האט איר די שכנ'טע געזאגט אז זי איז נישט קיין נארמאלע מאמע ווייל זי לאזט די קינדער עסן נאש און עס איז נישט געזונט, נעכטן האט איר א שכנ'טע פארגעהאלטן פארוואס זי מאכט נאכנישט פסח'דיג, די שכנ'טע טענה'עט: "ביסט נאט נארמאל", א דריטע שכנ'טע הערט נישט אויף סעקירן: "פארוואס קויפסטו נישט די קלייד וכו' פאר דיינע קינדער?!" פאריגע וואך האט א שכנ'טע אריינגעקלאפט מיט איין בהלה אז איינער פון אונזערע קינדער האבן געביסן איר קינד און געשריגן און פארגעהאלטן: "היתכן איר טוט גארנישט?" איי דיין קינד האט פאריגע וואך געביסן אונזער בעבי; וואס ווילסטו? וואס שרייסטו? דו ווייסט נישט אז זיי זענען קינדער וכו'?! אזוי האבן מיר געהאט אזעלכע שכנים און אזעלכע שכנים.


וואס האבן מיר געטון? מיר האבן זיך געשטארקט מיט די ווערטער פון רבי נתן (לקוטי הלכות נזקי שכנים הלכה ד, אות ב): "כִּי צְרִיכִין לְהַאֲמִין שֶׁהַכֹּל מֵאֵת ה'", מען דארף גלייבן אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, "וְכָל מַה שֶּׁה' יִתְבָּרַךְ מְסַבֵּב עִם הָאָדָם", און אלעס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש, "הַכֹּל מֵאֵת ה' בִּשְׁבִיל בְּחִירָתוֹ", אלעס איז נאר ווייל מען וויל זען פון הימל וויאזוי דער מענטש וועט זיך דערהאלטן, "וּבְוַדַּאי גַּם זֶה מֵאֵת ה' צְבָאוֹת יָצְאָה שֶׁהוּא יִהְיֶה שָׁכֵן אֵצֶל פְּלוֹנִי", עס איז זיכער אנגעשריבן פון אייבערשטן פונקטליך אז דער און דער זאל זיין אונזער שכן; די ווערטער האט אונז שטענדיג מחזק געווען, מיר האבן גע'חזר'ט די ווערטער פון רבי נתן אז דער אייבערשטער האט אויסגעשטעלט אונזער בנין מיט אלע דירות פונקט ווער עס זאל וואוינען דא, ווער זאל וואוינען נעבן מיר, ווער זאל זיין מיינע שכנים; אז מען ווייסט אז דער אייבערשטער געבט די שכנים און ער ווארט צו זען ווי שיין מען פארשטייט זיך און מען קומט זיך אויס - איז אלעס גרינגער.


רבי נתן זאגט (שם): "צְרִיכִין לִשְׁמֹר מְאֹד שֶׁיִּהְיֶה אַהֲבָה וְאַחְדוּת בֵּין הַשְּׁכֵנִים", מען דארף זייער אכטונג געבן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן די שכנים, "וְלֹא יִהְיֶה בֵּינֵיהֶם שׁוּם שִנְאָה וְהֶזֵּק כְּלָל", און חס ושלום זיך נישט פיינט האבן און נישט מזיק זיין איינער דעם צווייטן, "כְּדֵי שֶׁיּוּכְלוּ הַשְּׁכֵנִים לְהִצְטָרֵף וּלְהִתְחַבֵּר יַחַד לְכָל דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה כְּדֵי שֶׁיִּתְרַבֶּה בֵּית הַתְּפִלָּה", אזוי וועט ארויסקומען מער כבוד שמים.


דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט נישט נעמען צום הארצן ווען אייער שכנ'טע זאגט אייך וכו' און טיילט אייך איין וכו'; נישט יעדער פארשטייט ווען צו זאגן און ווי אזוי צו זאגן. ווען זי וועט אייך אנהייבן מחנך זיין, זאלט איר זיך שטארקן מיט אלע כוחות נישט צוריק זאגן און נישט צוריק שרייען, איר קענט איר זאגן שיינערהייט: "איך בין מחנך מיינע קינדער וויאזוי מיר פארשטייען און איר זאלט מחנך זיין אייערע קינדער ווי אזוי איר פארשטייט", און ווען אייער שכנ'טע הייבט אן רעדן בשם דער ראש ישיבה, זאלט איר זאגן שיינערהייט: "וואס דער ראש ישיבה זאגט דיר זאלסטו פאלגן, מיר האבן אויך דער ראש ישיבה, מיר ווייסן אויך און מיר פאלגן אויך"; אבער האלט אייך איין און שרייט נישט צוריק, גלייבט באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן די שכן, די מענטשן - צו זען ווי אזוי איר וועט זיך דערהאלטן.


מיינט נישט אז איך פארשטיי אייך נישט; אוי ווי איך ווייס וואס שכנים זענען, מיר קענען שרייבן ביכער פון מעשיות פון שכנים. ווען נישט דעם רבי'ן וואלטן מיר געווען צעקריגט מיט יעדן שכן; אבער די שכל פון רבי'ן, די אויגן פון רבי'ן, די וועג ווי אזוי דער רבי לערנט אונז ווי אזוי צו קוקן אויף אנדערע - דאס האט אונז געראטעוועט און דאס ראטעוועט אונז יעדן טאג מיר זאלן ליב האבן יעדן איינעם.


מען רעדט דאך נישט פון שלעכטע שכנים, שכנים וואס ווילן אוועק נעמען פון די תורה; פון זיי דארף מען זיך דערווייטערן, אויף דעם בעט מען דאך יעדן טאג: "שֶׁתַּצִּילֵנוּ וְכוּ' וּמִשָּׁכֵן רָע"; דא רעדט מען פון ערליכע משפחות, ערליכע אידן, מען דארף נאר קוקן גוט און דן זיין יעדן איינעם לכף זכות.


איך דארף מקצר זיין, איך האב אסאך טרדות; איך האף דער בריוו וועט זיין חיזוק פאר אייך און פאר אנדערע משפחות וואס דארפן חיזוק אין דעם פרט, עס זאל זיין שלום ושלוה צווישן אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.