בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די גרעסטע צדקה איז צו באצאלן די ארבייטער אין צייט
צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו באצאלסט דיינע ארבעטערס אין צייט, די גרעסטע צדקה איז באצאלן ארבעטער אין צייט, און אויב מען האט געלט און מען צאלט נישט אין צייט - איז מען עובר אויף א לא תעשה און אן עשה. עס שטייט אין די תורה (ויקרא יט, יג): "לֹא תָלִין פְּעֻלַּת שָׂכִיר אִתְּךָ עַד בֹּקֶר", דאס איז די לא תעשה, און אויך איז דא א מצות עשה פון (דברים כד, טו): "בְּיוֹמוֹ תִתֵּן שְׂכָרוֹ וְלֹא תָבוֹא עָלָיו הַשֶּׁמֶשׁ".


עס איז אזוי נישט אויסגעהאלטן צו שפילן שיינער איד אין שול, מנדב זיין קאווע, מנדב זיין ארון הקודש, בנינים - ווען מען איז שולדיג פאר ארבעטערס; אז מען וויל טון צדקה דארף מען קוקן אין הלכות צדקה, זען וואס איז די גרעסטע צדקה; דער רמב"ם (פרק י' מהלכות מתנות עניים, הלכה ז) רעכנט אויס אכט מדריגות אין צדקה, און די גרעסטע צדקה איז צאלן ארבעטער, אזוי ווי עס שטייט (ויקרא כה, לה): "וְהֶחֱזַקְתָּ בּוֹ וְגוֹ', וָחַי עִמָּךְ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.