יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
שטארקט אייך מיט אמונה, ווערט נישט פארלוירן און געבט אכטונג אין שטוב אויף די משפחה אויף די קינדער מען זאל נישט אריינפאלן אין א בהלה. מען האט יעצט הושענא רבה געבעטן: "הושענא, נפש מבהלה הושענא"; דאס איז די גרעסטע צרה, אז מען פאלט אריין אין פאניק.
מיר זענען אלע מתפלל אז אלע וואס זענען ליידער געשעדיגט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה און די געפאנגענע זאלן באפרייט ווערן.
די אלע וואס בארומען זיך 'אונזער מיליטער, אונזערע טאנקען, אונזערע שפיאנען'; יעצט זעט מען ווי פארשעמט זיי זענען, נישטא קיין כוחי ועוצם ידי, "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר, שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר" (תהלים קכז, א), מיר דארפן זיך פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן, נאר ער איז אונזער היטער.
אשרינו אז דער רבי לערנט אונז א גאנץ יאר די ריינע אמונה און ווען עס קומט שווערע טעג - דעמאלט זעט מען אז די אלע וואס רעדן צום אייבערשטן און לערנען דעם רבינ'ס ספרים זענען נישט קיין פליטעס, מען איז נישט פארלוירן, מען האלט זיך שטארק, מען בלייבט מיט א ישוב הדעת, און אנדערע וואס האבן נישט קיין צדיק אמת ווייסן נישט ווי זיך צו רירן אין לעבן מרוב פחד ובהלה; דאס דארף אונז געבן א שטופ צו גיין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, עצות - פאר אלעמען.
איך דארף מקצר זיין.