בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דאנק דעם באשעפער אויף דיינע ציין, וועסטו נישט האבן קיין ציין ווייטאג
תודה והודאה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


בנוגע דאס וואס דו מוטשעסט זיך - דו און דיין ווייב - מיט די ציינער; מען דערציילט פון א גרויסער צדיק פון פריערדיגן דור אז זייענדיג אינעם עלטער פון ניינציג יאר האט ער אמאל געוויזן פאר זיינע תלמידים זיינע ציינער און געזאגט: "איך האב אלע מיינע ציינער און איך בין קיינמאל נישט געווען ביים ציין דאקטער; איך בין דאס תולה ווייל איך האב זיך צוגעוואוינט יעדן טאג צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר מיינע ציינער. איך פלעג זאגן: 'איך דאנק דיר אייבערשטער פאר מיינע ציינער, אז איך האב שיינע ציינער, געזונטע ציינער צו עסן און צו רעדן', דעריבער האט מיר דער אייבערשטער געהאלפן אז איך זאל האבן מיינע אייגענע ציינער ביז די ניינציג יאר".


דעריבער זאלסטו פון היינט דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע דיינע געזונטע ציינער וואס ער האט דיר געגעבן, וועט דיר דער אייבערשטער העלפן אז דו וועסט פטור ווערן פון דיינע ציין ווייטאג.


האלט מיט דיר שטענדיג ספרים, קונטרסים, סידיס וכו', אז ווען דו טרעפסט א איד זאלסטו האבן ביי דיר סחורה אים מחי' צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.