בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זוכט אויף צען זאכן וואס עס איז אייך גוט, צען גוטע זאכן וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך; צום ביישפיל, איך זע, איך הער, איך האב פיס, הענט וכו' וכו', און דאנקט אים פאר די צען זאכן: "שכוח אייבערשטער אז איך זע, שכוח אייבערשטער איך הער, שכוח אייבערשטער איך האב הענט און פיס וכו' וכו'"; אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר די צען זאכן, וועט איר באקומען א טעם אין לעבן, איר וועט אנהויבן ארויסגיין פון אייער פארמאכטקייט, איר וועט אליין זען און אליין שפירן וואס וועט פאסירן מיט אייך, איר וועט מער נישט דארפן גלייבן אז דאס איז די עצה, איר וועט ווערן ניי געבוירן.
דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן איז די עצה צו שפירן אין לעבן א טעם, פטור ווערן פון די טויטקייט. אזוי ווי דוד הנמלך זאגט (תהלים קטו, יז-יח): "לֹא הַמֵּתִים יְהַלְלוּ קָהּ", אז מען דאנקט נישט - שפירט מען טעם טויט, "וַאֲנַחְנוּ נְבָרֵךְ קָהּ", אבער אז מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - הויבט מען אן צו לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.