בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דאס ביסל וואס מיר זענען משמש דעם רבי'ן, דאס וועט בלייבן פון אונז
הפצה, קברי צדיקים, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט מיט געקומען מיט די נסיעה צו די מקומות הקדושים קיין פוילן.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, פארשפרייטן דעם הייליגען רבינ'ס עצות פאר אנדערע. טראכט אריין, וואס וועט בלייבן פון אונז, באלד לייגט מען אונזער גוף, אונזערע ביינער אויפ'ן בערגל, נאר דאס ביסל וואס מיר זענען משמש דעם רבי'ן - דאס וועט בלייבן פון אונז.


פון דיין ראש ישיבה.