בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס מאכסטו חשבונות וכו'? געב גוטע ווערטער אין שטוב, זאג דיינע געפילן, וואס טראכסטו טויזנט מאל אויב עס קומט אריין יעצט צו געבן א גוט ווארט אדער נישט; ווארף אוועק די חכמות המדומות (קאמפלעקסן), געב גוטע ווערטער, זאג איר אז דו האסט איר ליב, מען דארף נישט מער פון די ווערטער.
דאס געבן גוטע ווערטער ברענגט די שכינה אין שטוב, קוק אריין אין הייליגן זוהר פרשת בראשית (דף מט:), ווי אדם הראשון האט אויסגעלויבט חוה'ן, ער האט איר געזינגען: " רַבּוֹת בָּנוֹת עָשׂוּ חָיִל וְאַתְּ עָלִית עַל כֻּלָּנָה', כֻּלְּהוֹן נָשִׁין גַּבָּהּ כְּקוֹפָא בִּפְנֵי בְּנֵי נָשָׁא", אלע אנדערע ווייבער זענען אזוי ווי מאלפעס, "אֲבָל לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה", אבער דו ביסט א שיינע ווייב; קוק אריין ווי דער זוהר זאגט ווי אזוי מען זאל רעדן אין שטוב: "הָא בְּסִימוּ דְּמִלִּין לְאַמְשְׁכָא עִמָּהּ חֲבִיבוּתָא, וּלְאַמְשְׁכָא לָהּ (עִמָּהּ) לִרְעוּתֵיהּ", מען זאל רעדן זיסע רייד וכו', עיין שם.
קומענדיגע וואך זונטאג נאכט צינדן מיר די הייליגע מנורה; זאלסטו זיצן ביי די לעכט און דאנק און לויב דעם אייבערשטן און בעט אים אז ביי דיר אין שטוב זאל שיינען און לייכטן דעם רבינ'ס ליכטיגקייט; דו, דיין ווייב, דיינע קינדער און אזוי ווייטער, זאלן אלע לעבן מיטן רבי'ן, מיט די תלמידים, מיט די זיסע ליכטיגע עצות.
איך האב דיך זייער ליב.