בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך שבת זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער פון דאס גרויסקייט פון גיין מיט צדיקים. דערצייל זיי וואס דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיין אייניקל דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו ווען ער האט אים געפרעגט מיט וועם ער איז געווען ביי די מחלוקת אויף משה רבינו, ווען ער האט דערציילט אלע זיינע גלגולים, אז ער איז געווען אין די צייט פון מדבר. האט אים זיין אייניקל, דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו - געפרעגט: "זיידע, אויף וועמענ'ס זייט ביסטו געווען ביי די מחלוקת פון קרח ועדתו?" האט דער הייליגער ישמח משה געזאגט: "איך בין געשטאנען אין דער זייט, איך האב נישט גענומען קיין צד", האט דער ייטב לב געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין אז דו ביסט נישט געשטאנען מיט משה רבינו?!" האט ער אים געענטפערט: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער נסיון איז געווען; קרח האט געהאט מיט זיך אלע רבי'ס מיט אלע שיינע אידן, עס איז געווען זייער שווער צו וויסן וואס מען האט צו טון, ווייל קרח האט זיך אהערגעשטעלט ווי אן עובד ה', ווען ער איז געווען אן אפיקורס".
דערצייל פאר דיינע קינדער ווי מען דארף אכטונג געבן זיך צו האלטן ביי צדיקים, און אפילו גרויסע מענטשן מאכן טעותים מיטן רעדן אויף צדיקים. מוהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תכא), דער שווער פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט פארן צו צדיקים, קודם איז ער געווען ביים הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס די חסידים דארט רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, עס האט אים זייער געשטערט. האט ער געטראכט אז ער וויל גיין צום צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו; ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו צדיקים און ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן אלע צדיקים. ער פלעגט יעדן טאג מאכן א סעודה מיט זיינע קינדער און זיי אנווארענען זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט צדיקים, און ווען רבי נתן האט חתונה געהאט פלעגט ער אויך מיט האלטן די סעודות און הערן פעך און שוועבל אויף צדיקים.
דאס האט זייער שטארק געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס רעדט מען אויף צדיקים? וואס איז די מחלוקת, וואס פעלט דאס אויס? און ווען ער איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט ער געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), דעמאלט איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקת וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".
ביי דיין שבת טיש זאל מען רעדן שטענדיג פון אמונת חכמים, באק אריין אין דיינע קינדער אז מען לעבט מיט צדיקים איז גוט, און אז מען מאכט חוזק פון צדיקים - איז זייער ביטער.
א פרייליכן שבת, א גוטן חודש.