בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דאס גרויסקייט פון א מלמד
מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט דיין גאנצע כח אנצוגיין ווייטער מיט דיין מלמדות; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד, אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב און די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה וואס תינוקות של בית רבן לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט ע"ב; שיר השירים רבה א, ד): אויפ'ן פסוק (תהלים ח, ג): "מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", אז די גאנצע וועלט – עולם ומלואה – שטייט אויף זייער לערנען; און דאס קען נאר צושטאנד קומען דורך מלמדים וואס זיצן מיט מסירות נפש און לערנען מיט די ריינע קינדער.


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן ווייטער דעם קומענדיגן יאר – שנת ה'תש"פ; זאלסט מיר פרעגן אויף יעדע טריט אין שריט וואס אנבאלאנגט די קינדער, מיר איז די קינדער די וויכטיגסטע זאך.


לעת עתה וועט האברך היקר לי ... נרו יאיר זיין אחראי אויף אלע פרטים אין תלמוד תורה אין שטעטל, זאלסטו אים שטיין צו הילף בכל פרט ופרט.


אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועסטו זען זייער שיינע זאכן וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר און מיט דיין משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.