בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
אל מרת ... תחי'
די כלה ... תחי' האט געשריבן אז זי האט פייגלעך אין קאפ וועגן איר חתן; זי ווייסט נישט אויב זי האט חשק צו אים וכו' וכו'.
וויל איך אייך בעטן אויב איר קענט איר מחזק זיין, איר אויסגראדן איר מח און מסדר זיין אלע בלבולים.
דאס איז די וועג פונעם יצר הרע, ער וויל נאר אראפווארפן דעם מענטש, אים צעמישן. פאר מען טרעפט די שידוך ברענגט ער אריין ספיקות און בלבולים אינעם מענטש אפשר וועט מען נישט טרעפן קיין שידוך, איין מאל מען טרעפט די שידוך וואלט מען דאך שוין געדארפט זיין פרייליך, הייבט זיך אן א נייע קאפ דרייעניש: 'איז דאס מיין שידוך? וועט זיך דאס אויסארבעטן?' נאכדעם, ווען מען האט חתונה - ווערט מען נאכאלץ נישט פטור פון אים, ער קומט אריין פון מאל צו מאל אין קאפ מיט א מחשבה 'איז דאס מיין שידוך? פארוואס האב איך געדארפט טון דעם שידוך?' אזוי צעשאקלט ער דעם מענטש, נאכדעם ווארפט ער אים אריין אין אן עצבות און מרה שחורה, נאכדעם האט ער דעם מענטש ביי זיך.
זייט איר מחזק זי זאל וויסן ווי אזוי עס גייט דער לעבן. זי זאל דאנקען דעם אייבערשטן אז זי האט באקומען א בחור א ירא שמים, א בחור א לב טוב; וואס נאך דארף זי? וואס פעלט איר?
אנטשולדיגט פאר'ן אייך געבן ארבעט; וואויל איז דעם מענטש וואס דאס איז זיין ארבעט, מחזק זיין אידישע קינדער. דער אייבערשטער האט אזוי ליב ווען זיינע קינדער העלפן זיך איינער דעם צווייטן, אזוי ווי א טאטע מאמע האבן נאר ליב צו זען ווי זייערע קינדער קומען זיך אויס צווישן זיך.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.