בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך וויל דיר לערנען א וויכטיגע זאך פאר שלום בית, נישט אלע אינגעלייט ווייסן דערפון.
זיצן אין שטוב מיט די ווייב טאג און נאכט – איז א סכנה, די שלום בית קען צעפאלן, מען דארף ארויסגיין אינדערפרי פון שטוב, אדער גיין אין כולל, אדער ארבעטן, און פארנאכטס צוריק אהיים גיין, אויב מען זיצט אין שטוב טאג און נאכט – איז דאס א סכנה, עס קען חס ושלום ווערן אויס ליבשאפט, דאס הייסט, אויב ווען די ווייב גייט צו די ארבעט זעט זי איר תכשיט נאך שלאפן, אדער זיך דרייען וכו', און ווען זי קומט אהיים פון ארבעט שלאפט נאך איר תכשיט אדער דרייט ער זיך און פרייט זיך, קען דאס ברענגען נישט גוטס.
איך בעט דיר זייער, שטיי אויף פרי און גיי אין מקוה, גיי אין שול דאווענען, און נאכן דאווענען – אדער כולל אדער ארבעט, טו עפעס, גיי נישט ליידיג, און אז דיין ווייב קומט אהיים פון ארבעט פינף אזייגער, זאלסטו איר נישט נאכלויפן, לאז איר האבן אפאר מינוט פאר זיך צו אטעמען (בכלל איז נישט גוט נאכצולויפן די ווייב, ענדערש זאל זי נאכלויפן דעם מאן), און אז זי קומט אהיים פריער – זאלסטו נישט אהיים לויפן, לאז איר אטעמען, לאז איר ווארטן אפאר מינוט אויף דיר.
זיי שטארק מיט אכצן פרקים משניות, און זאג דעם יום תהלים, און לערן אסאך ספר עצתו אמונה.