בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן חודש'ליך דעקן די גרויסע הוצאות פון די ישיבה, אין דעם זכות זאלסטו האבן גרויס שפע און הצלחה.
געוואוין זיך צו צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע קליינע זאך. מענטשן קוקן אן תפלה ווי דאס איז געמאכט נאר פאר וויכטיגע שווערע זאכן וואס מען קען זיך נישט קיין עצה געבן; ווען די דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן, ווען דער שופט האט שוין דן געווען לתפיסה, דעמאלט נעמט מען אפיר די זאך פון תפלה, אבער סתם זאכן וואס מען דארף, אויף דעם בעט מען נישט.
דאס איז א גרויסע טעות, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, נישט קיין חילוק קלייניקייטן אדער גרויסע זאכן; אויף אלעס דארף מען בעטן.
די הייליגע חכמים זאגן (יומא כח:): "צלותיה דאברהם", אברהם אבינו האט געדאווענט, "מכי משחרי כותלי", ווי נאר עס איז שווארץ געווארן די ווענט; ער האט נישט געווארט אויף שפעטער, נאר גלייך ווי עס איז אים טונקל געווארן אין שטוב – האט ער געדאווענט.