בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען דארף זיין געווארנט נישט צו טשעפען און פארשעמען קינדער
קינדער, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי גייט עס מיט קינדער, מען דארף אסאך געדולד זיי צו מחנך זיין, זיי אויפציען; עס איז טאקע נישט גרינג, אבער עס לוינט זיך די שווערע הארעוואניע.


קליינע קינדער, אז זיי כאפן נישט די זאך פון גיין אין בית הכסא, זיי מאכן אין די קליידער וכו' - טאר מען זיי נישט פארשעמען. מען דארף וויסן, אזוי ווי מען טאר נישט טשעפען גרויסע מענטשן - טאר מען נישט טשעפען קליינע קינדער, און אוי ווי געפערליך איז ווען מען פארשעמט קליינע קינדער; זיי וואקסן אויף פעלערדיג, זיי בלייבן פארמאכט זייער גאנץ לעבן.


מען דארף זיין געווארנט נישט צו טשעפען און פארשעמען קינדער, ווייל ווי קליין קינדער זענען - ווייסן זיי און פארשטייען זיי ווען מען טשפעט זיי; מען טאר נישט פארשעמען קינדער, זיי וויי טון.


בעט דעם אייבערשטן, תפילה איז שטערקער פון אלעס. בעט מיט דיין ווייב פאר יעדע פרט פון די קינדער, אויך אויף דעם, אז זיי זאלן זיך אויסלערנען גרינג צו גיין אין בית הכסא, און בעט פאר דיינע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, תפילות פון עלטערן העלפט די קינדער אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.