בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב דיר שוין אזויפיל געשריבן און איך ווייס נישט פארוואס דו ווילסט נישט אננעמען מיינע ווערטער.
וויסן זאלסטו אז עס איז א גרויסע עבירה צו מצער זיין די ווייב און איר נישט געבן וואס די תורה זאגט וכו'; דיין ווייב וויינט וועגן דיר, זי זאגט דו לעבסט נישט מיט איר פאר גאנצע חדשים, זי וויל א מאן, שוין א יאר וואס דו לעבסט נישט ווי די תורה הייסט אונז לעבן, זי איז אזוי צעבראכן, זי ווייסט נישט וואס צו טראכטן, אפילו וואלסט געווען א מלאך וואלט זי אויך געמעגט פארלאנגען זי וויל א מאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן ווען ער האט חתונה געמאכט זיין טאכטער חנה צירל מיט דעם צדיק הרב הקדוש רבי נחמן, דער זון פון הגאון הקדוש רבי אהרן דער רב פון ברסלב זכרונו לברכה; רבי נתן האט באמערקט אויף איר נאך איר חתונה אז זי איז נישט צופרידן, ווען ער האט זיך אינטערעסירט ביי איר, האט זי זיך אויסגערעדט אז איר מאן רבי נחמן איז אינגאנצן אויסגעטון פון די וועלט, "ער איז נישט קיין מענטש, ער איז א מלאך", זי האט געוויינט: "איך דארף א מאן, איך דארף נישט א מלאך", זיי האבן זיך געדארפט גט'ן; איז וואס איז דיין פלאן?
דו ביסט אין חדר היכל הקודש, דו ביסט מקושר צו די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש, זעסטו אודאי וואס מוהרא"ש האט געוואלט און וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, איז וואס איז פשט אז נאכן דיר שרייבן אזויפיל בריוו מאכסטו זיך נישט וויסנדיג, דו גייסט דיין אייגענע וועג?!
איך בעט דיר נאכאמאל, פיר זיך אויף די וועג פון די תורה, געב דיין ווייב וואס די תורה הייסט, געב איר וואס די תורה זאגט, וועט דיר זיין גוט בזה ובבא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.