בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען דארף מיך יא, אדער מען דארף מיך נישט?
משניות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע מעסעדזשעס.


ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות, קיינער איז נישט ברוגז אויף דיר, קיינער האט נישט אויף דיר, אנשי שלומינו זענען טייערע מענטשן. לדעתי רודפ'סטו זיך אליין, דו לויפסט אוועק פון דיין אייגענע שאטן. איך האב דיר געוואלט ווינטשן הושענא רבה, איך האב דיך געזוכט א גאנץ חודש תשרי, א שאד דו קומסט מער נישט צווישן די טייערע חבורה.


הייב אן צוריק לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיר געבן שטארקייט, דאס וועט ארויסנעמען די חכמות המדומות. איך זאג דיר נישט סתם זאכן, איך זאג דיר וואס איך האב געזען אלע יארן אין היכל הקודש; די וואס האבן געטון למעשה, געלערנט שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, הלכה, מדרש ואגדה וספרי רבינו, און זיך מתבודד געווען, און עוסק געווען אין פארשפרייטן דעם רבי'ן אין די וועלט - די האבן זיך פעסט געהאלטן.


איך האב דיך ליב, איך בעט פאר דיר יעדן טאג, איך שוין דיך, א שאד די חכמות דיינע פון מאכן חשבונות אויף חשבונות אויב מען דארף דיך יא אדער נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.