בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שוין אזא לאנגע צייט וואס איך הער נישט פון דיר, און יעצט הער איך אז פון היכל הקודש האסטו אריינגעבלאנזשעט אין היכלי התמורות והדמיונות, דו שוועבסט אין דמיונות השם ישמרינו. האסט זיך שוין איין מאל גע'גט, און דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף דיר, האסט נאכאמאל חתונה געהאט, און יעצט ביסטו אזוי אין דמיונות פון קבלה און חסידות; ווי מען קען אזוי פארדרייט ווערן השם ישמרינו.
מיר קליינע מענטשעלעך דארפן קודם טון וואס דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זאגט, דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגות אדם, סימן א), מען זאל זיך מתבודד זיין און וויינען צום אייבערשטן אויף אלע מעשים וואס מען דארף פאררעכטן, "וְאָז יִרְאֶה בְּעַצְמוֹ שֶׁעָמְדוּ עֲוֹנוֹתָיו נֶגֶד עֵינָיו, וְיִזְכֹּר אֶת חֲטֹּאתָיו וַעֲווֹנוֹתָיו וּפְשָׁעָיו כֶּהָרִים וּגְבָעוֹת", דעמאלט וועט מען זען די עבירות וואס גרייכט אזויפיל ווי ריזיגע בערג, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא זָכַר אוֹתָם אִם עָשָׂה כָּכָה". וואס פארן זיך מתבודד זיין האט ער בכלל נישט געוואוסט אז ער דארף תשובה טון אויף דעם, "כָּכָה יַעֲשֶׂה לֹא פַּעַם וְלֹא שְׁתַּיִם וְלֹא מֵאָה פְּעָמִים, עַד אֲשֶׁר יְרַחֲמוּ עָלָיו מִן הַשָׁמַיִם", אזוי זאל ער טון נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נישט הונדערט מאל; ער זאל זיך אזוי פירן ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים פירן אויפן ריכטיגן וועג, "וְיִתְפַּלֵּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּדְרִיכֵהוּ בַּדֶּרֶךְ וְיוֹרֵהוּ דַּרְכּוֹ שֶׁלֹא יְבַלֶּה חַיֵּי חַיָּיו", ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ער זאל נישט פארברענגען זיינע יארן און טעג מיט נארישקייטן, ביז דער אייבערשטער וועט אים העלפן ער וועט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, און ערשט נאכדעם קען מען עוסק זיין אין קבלה, בקדושה ובטהרה בצניעות, נישט צו ניצן א שפראך צווישן זיך, רעדן קבלה ווערטער. דער הייליגער רבי האט געהערט אמאל אינגעלייט רעדן אזוי צווישן זיך, לשונות פון קבלה, האט דער רבי זיך זייער שארף אויסגעדרוקט (חיי מוהר"ן, סימן תקכו): "הערט אויף רעדן ניבול פה".
דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר ר' ליפא (שם, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך, "אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", ווי קען זיין מען זאל אפלאזן אזא טייערע באליבטע פלאץ, דעם רבינ'ס ספרים איז איין שטיק קבלה אויף לעבודא ולמעשה, צו לעבן מיטן אייבערשטן, דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך מקיים זיין מצוות השם יתברך בשמחה רבה, די גאנצע קבלה ליגט אין רבינ'ס ספרים. רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה', אות לח): "כי על פי הדברים האלה", מיטן רבינ'ס ווערטער, "והיוצא בהם המבוארים בדברינו", און מיט מיינע ווערטער וואס איך האב געלערנט ביים רבי'ן, "תוכל לעשות לך דרך להבין מעט מזעיר בדרכי הקבלה של הזוהר הקדוש והאריז"ל", קענסטו קומען צו פארשטיין דעם הייליגן זוהר און די ווערטער פון הייליגן אריז"ל, "להוציא מהם דרכים ועצות למעשה על פי הקדמות נוראות ועצות אמיתיות של דברי תורתו של רביז"ל", צו האבן א וועג אין לעבן אויף לעובדא ולמעשה, נישט סתם רעדן די נעמען וכו' כידוע ווי די אינגעלייט וואס ווייסן נישט פון זייער לעבן צו זאגן, זיי קענען רעדן שמות, ווערטער וכו' וכו'.
אמאל פלעגסטו מיר שרייבן פון דיין התמדת התורה, פון דיינע סיומים אויף משניות און מסכתות הש"ס, הלואי זאלסטו זיך באנייען, צוריק דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, לערנען אויפן דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), צו לערנען שנעל, נישט שטיין בלייבן ווען מען פארשטייט נישט, און זיך מתבודד זיין, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, און אויך אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב. ביים רבי'ן איז דאס געווען יסוד היסודות אריינצוגיין אין די קדושה, נישט חס ושלום מזלזל זיין אין איר כבוד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.