בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען דארף נאר האבן א קלוגער מלמד צו זען אז דאס קינד איז טייער
מלמדים, הכרת הטוב, חדר

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיך צו דאנקען פאר וואס דו טוסט מיט מיין טייערער זון ... נרו יאיר; ער האט אזוי ליב צו גיין אין חדר, ער האט אזוי ליב דעם מלמד. ער איז אזוי טייער, מען דארף נאר האבן דעם קלוגן מלמד זאל זען אז ער איז טייער, נישט אלע מלמדים האבן מיט אים מצליח געווען.


דעריבער דאנק איך דיר פאר דיין הארץ וואס דו לייגסט אריין אין אלע תלמידים, און בפרט אין אים.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט נחת ביי דיינע קינדער.