בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת טהרה, שבת הגדול, ז' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
איך בעט דיר אויב דו קענסט מיר העלפן פסח'דיג מאכן די ישיבה גלייך נאך שבת הגדול; דעם שבת וועל איך עסן אין ישיבה מיט נאך אפאר משפחות וואס העלפן מיר ענדיגן דעם בנין אין אומאן. איך קען נישט ענדיגן דעם בנין אבער איך מוז עס ענדיגן; איך קען נישט לאזן עס זאל מיר חרוב גיין, מוז מען פארמאכן דעם דאך עס זאל נישט אריין רעגענען; דעריבער וועל איך עסן די וואך שבת מיט די פאר משפחות וואס העלפן מיר.
איינער פרעגט מיר: "וואס איז געשען לעצטנס אז אלעס איז געלט? אמאל האט מען נישט געמאכט די אלע זאכן פאר געלט, היינט בעט מען יעדע צווייטע טאג געלט, וואס גייט פאר?!" וויסן זאלסטו אז געלויבט דעם אייבערשטן וואס האט מיר געגעבן די זכיה צו ארבעטן מיט אידישע קינדער, און עס איז שוין באלד עלף יאר וואס איך זיץ אין ישיבה אן קיין געהאלט. פאר איך האב געעפנט די ישיבה פלעגט איך באקומען א גרויסע געהאלט, איך פלעג פארדינען צוויי טויזנט דאללער א וואך. מען האט מיר געווארנט און געסטראשט אז אויב איך וועל ווייטער רעדן צו די בחורים פון פשטות יהדות וועלן זיי מיר ארויס ווארפן, עס זענען געווען פון אנשי שלומינו וואס זענען געגאנגען רעדן צו מוהרא"ש אז מוהרא"ש זאל מיר זאגן איך זאל אויפהערן רעדן צו די בחורים אין יענע ישיבה פונעם אייבערשטן, ווייל מען וועט מיר ארויס ווארפן. אבער מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל ווייטער מחזק זיין די בחורים אז זיי זאלן לערנען משניות און רעדן צום אייבערשטן; מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "קיינער פארשטייט נישט קיין בחורים; קיין שום רבי ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף בחורים, זיי ווערן נכשל אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן".
למעשה איז טאקע אזוי געווען, מען האט מיר בחסדי השם יתברך ארויסגעווארפן מיט גרויסע בזיונות, און פון דעמאלט - תשס"ט - ביז יעצט זיץ איך אין ישיבה אן קיין געהאלט.
געלויבט דעם אייבערשטן אז איך דארף נישט קיין געהאלט, איך באקום מיין געהאלט פונעם אייבערשטן אליינס; איך דארף נישט קיין געלט און איך האב נישט קיין געלט, איך וויל נאר אויפשטעלן א פלאץ וואו מיר זאלן ווייטער ממשיך זייין מיט די לימודים וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.
מיר פארן יעדעס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה; מיר פארן מיט אלע אינגלעך פון העכער זיבן יאר און מיט אלע בחורים, דערפאר דארפן מיר האבן א ריינע פלאץ; ריין אין קדושה און ריין פון ליצנות. דאס איז די זאך וואס מיר מאכן יעדע פאר וואכן אן עסק פון די וואס שטרענגען זיך אן צו העלפן ענדיגן בויען דעם בנין.
איך האף אז דו וועסט מיר העלפן צוגרייטן דעם יום טוב פסח און אויסרוימען די ישיבה פון אלע חמץ.
זיי מיר מודיע צי מיר האבן א פסח'דיגע סאמאוואר (פערקיולעיטאר) פאר קאווע, ווייל מען קען נישט נוצן די חמצ'דיגע.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א גוט שבת.