בעזרת ה' יתברך
חורף, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט הלכה; ביים הייליגן רבי'ן איז געווען לימוד הלכה א יסוד היסודות. דער רבי האט אונז באפוילן צו לערנען הלכה יעדן טאג (שיחות הר"ן, סימן כט).
דערפאר פריי איך זיך זייער אז דו לערנסט פלייסיג הלכה, דו ביסט א חלק פון די בחורים וואס לערנען הלכה – הלכות שבת.
דיין זיידע הרב הגאון רבי ... זכרונו לברכה האט זיין גאנץ לעבן געלערנט הלכה בכלל און הלכות שבת בפרט, אין וואס ער האט זיך אויסגעצייכנט. ער האט געקענט יעדע מגן אברהם און פרי מגדים בעל פה, איז דאך זיכער אז דו וואס דו טראגסט זיין נאמען, דו הייסט נאך דיין זיידע – דארפסטו זיך באפלייסן אין הלכה.
איך האב פון דיר גרויס נחת, פון דיין התנהגות; בעט איך דיר זאלסט מקרב זיין אלע בחורים אין ישיבה, בפרט די פרישע מקורבים, פרישע תלמידים; זיי דארף מען זייער מקרב זיין און מחזק זיין, דאס איז די גרעסטע הפצה.
עס איז א טעות ביי אנשי שלומינו וואס מיינען אז "הפצה" הייבט זיך אן אין די פרעמד; א ריכטיגע הפצה איז מחזק זיין און מקרב זיין חברים און נאנטע וואס זיי דארפן דאס מערסטע חיזוק לעמוד בהיכ"ל המלך, וד"ל.
פון דיין ראש ישיבה וואס ווארט אויף דיין הצלחה.