בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
טייערע טאכטער ... תחי'
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו זאגסט תהילים און דו האסט יעצט מסיים געווען די צווייטע מאל ספר תהילים.
ווער עס זאגט תהילים זעט גרויסע ישועות; דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים - וואלט מען שטענדיג עוסק געווען אין תהילים".
איך בעט דיר זייער טייערע ..., זוך אויף די מיידלעך אין בית פיגא סקול וואס מען שטופט אין דער זייט, די מיידלעך וואס האבן נישט קיין חבר'טעס - און זיי דו זייער חבר'טע, נעם זיי אין דיין שפיל, רעד מיט זיי, שמועס מיט זיי; זאלסט קיינמאל חס ושלום נישט וויי טון א צווייטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.