בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דו עקלסט דיך פונעם ווארט "צניעות"
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך פארשטיי דיר אז דו האסט נישט ליב "צניעות" און דו עקלסט זיך דערפון, היות דו ביסט אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מען האט געפייניגט פאר צניעות, געשלאגן פאר צניעות און גע'רודפ'ט פאר צניעות, אז עס איז דיר פשוט נמאס געווארן דאס ווארט "צניעות"; עס קלינגט דיר אין קאפ די שרעקעדיגע ווארט: "צניעות, צניעות, צניעות..."


אבער וויסן זאלסטו אז "צניעות" איז זייער א שיינע זאך, גיין אנגעטון איידל און שיין איז די שענסטע זאך; בעט איך דיר זייער זאלסט מקפיד זיין אויף דעם, זאלסט שעצן דיין ווייב מיט איר צניעות און איר געבן גוטע ווערטער.


איך זאג דיר אז דו וועסט נאך לאכן פון דיר אליינס; ווען עס וועט אריבערגיין אפאר יאר, מען ווערט אביסל עלטער, דעמאלט וועסטו איינזען וואס איך שרייב דיר און וואס איך זאג דיר שטענדיג, דעמאלט וועסטו אפשאצן דאס ווערד פון א ערליכע פרוי וואס טוט זיך אן איידל און שיין און בויט א ווארימע שטוב פאר אירע קינדער.


טייערער ... נרו יאיר, וויפיל אינגעלייט וויינען צו מיר אז זייער ווייב טוט זיך אן נישט צניעות'דיג; זיי זענען זיך מודה אז עס איז זייער שולד, ווייל זיי פלעגן לאכן און שפעטן נאך די חתונה פון צניעות, צוביסלעך איז עס אריין אין איר און היינט האט זי נישט קיין געפיל צו גארנישט.


איך בעט דיר זייער, שטארק דיין ווייב זי זאל נישט אויסטון איר לבוש ווי איר מאמע גייט און זי זאל אנטון די קינדער ווי אזוי די הלכה איז; פון די דריי יאר זאלסטו זיי אנטון נאר טייץ סיי אין שטוב און סיי אין סקול, טו אן דיינע טעכטער מיט שיינע לאנגע קליידער, זינג זיי און זאג זיי: "אה מחי' צניעות, אה מחי' צניעות, אה מחי' – לייג אריין איר נאמען – איז צניעות'דיג"; זינג זיי דעם ניגון וואס מען זינגט אין סקול יעדן טאג – וועסטו זען נחת.


מען געבט זיך איין דריי, די קינדער וואקסן אונטער און זיי שפירן וואס די עלטערן ווילן; אז די עלטערן לאכן זיך אויס, מען טוט אן לויט די תקנות המוסד אבער מען לאכט דערפון, ווען עס איז נישט דא קיין סקול, זונטאג וכדומה – איז מען נישט מקפיד ווי אזוי זיי גייען אנגעטון, דעמאלט פארשטייען די קינדער אז אידישקייט איז א שפיל, צניעות איז א שפיל, וכו', וועלן זיי זיך אנטון פריצות'דיג, וואס וועסטו דעמאלט טון?!


איך בעט דיר, דו האסט א טייערע ווייב, באמת אן אשת חיל, און דו ביסט א טייערער אינגערמאן, ביסט פשוט פארעקלט פון צניעות, פון דיין משפחה וכו'. זאלסטו זיך אויסליידיגן דיין קאפ; טו וואס רבי נתן האט געטון, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן האט ער געזאגט: "איך האב אויסגעלערט מיין קאפ, און יעדעס ווארט וואס דער רבי האט געזאגט איז מיר געווען נאך א שטיק שכל".


בעט איך דיר מיין ליבער טייערער תלמיד ..., פון היינט קוק אויף צניעות ווי שיין דאס איז, וועסטו זוכה זיין צו די ברכה וואס די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג:) אז ווען א פרוי איז צניעות'דיג, זי גייט אנגעטון איידל, רייך און שיין, וועט זי זוכה זיין אז עס וועלן ארויסקומען פון איר מלכים, קעניגן; און צו די ברכה וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבְּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך בצניעות וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער; איך האב דאך קיין אינטערעסע אין דעם, איין אינטערעסע האב איך, צו זען אין יארן ארום נחת פון דיינע קינדער און אייניקלעך.


דו מעגסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע תלמידים; איך בין זיכער אז עס זענען דא נאך וואס האבן דעם פראבלעם, זיי עקלען זיך פון דער ווארט "צניעות", ווען באמת איז דאס שיין און דער יסוד פון א אידישע פרוי.