בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי
איך שרייב דיר דעם בריוו אינעם האטעל ביי שבת התוועדות, שבת סיום סדר מועד. עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי שיין עס איז צוגעשטעלט פאר די גאנצע קהילה; יעדער איז אזוי פרייליך, יעדער איז אזוי צופרידן, עס איז א מחי' צו זיין מיט אנשי שלומינו, מען טרעפט זיך מיט תלמידי היכל הקודש פון אלע שטעט און פון אנדערע לענדער.
די וואך שבת זענען מיר מקיים מצוות מחיית עמלק; דורך רעדן פונעם אייבערשטן, דורך אריינברענגען אמונה אין אידישע קינדער - מעקט מען אויס עמלק.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס ווערטער, די ריינע אמונה - פאר די גאנצע וועלט, און מיט דעם וועלן מיר אויסמעקן עמלק.