בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דיין יראת שמים געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין
עבודת השם, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין געווארן אזוי פרייליך צו הערן אז דו האסט איבערגעלאזט די טעלעפאן אין אפיס און געענדיגט מיט האלטן די טעלעפאן אין קאר, און פון די טאג וואס דאס האט פאסירט האסטו אנגעהויבן גיין שלאפן צייטליך, און אויפשטיין צייטליך, דו זיצט אינדערפרי פארטאגס אין כולל בוקר, די חינוך פון די קינדער איז גאר אנדערש, די שלום בית איז זיס, אלעס האט זיך אזוי שיין מסדר געווען.


האסט מיך ממש מחי' געווען, ווייל איך ארבעט זייער שווער מיט די ישיבה, מיט די חדר, מיט די בית פיגא און מיט די אברכים, יעדן טאג האב איך עפעס א פרישע פרשה, יעצט דארף איך גיין צו די פאליציי צוליב ..., און דאס אז איך קען פועל'ן ביי די בחורים און אינגעלייט זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים, דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך זייער שטארקן מיט דיין עבודת השם, מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט דיין יראת שמים און מיט דיין התבודדות, דראפע זיך און דערהאלט זיך. געדענק דעם סיפור, דעם חלום ווען דער הייליגער מוהרנ"ת איידער ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן, ווען ער איז נאך געווען א תלמיד ביים הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו. אמאל אין א מוצאי שבת איז ער געווען מיט די תלמידים פון הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו, און זיי האבן געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל פאר סעודת מלוה מלכה, און רבי נתן'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל און ער איז געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער איז אריינגעקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז איינגעשלאפן, און ער האט געהאט א חלום ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלונג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיך מיט אלע דיינע כוחות", און שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער געזען אז ער איז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים: "דראפע דיר און האלט זיך".


אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו.