בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בעט דיר דו זאלסט נישט אראפנעמען דיין שמייכל פון פנים, דו טראגסט אן אחריות, אזויפיל מענטשן גייען דיר אריבער טאג טעגליך, און אז דו וועסט זיי געבן א גוט ווארט, א גוט מארגן, א גוטן טאג, א גוטן אווענט - וועסטו זיי פשוט אויפלעבן, דאס זאל זיין דיין עבודת השם, דאס איז דיין תיקון, דאס וועט אלעס פאררעכטן.
איך ווייס דו ווילסט לויפן צו די משניות און צו די גמרא, און קענען זאגן 'איך האב געענדיגט הונדערט מאל משניות', 'צוויי הונדערט מאל משניות', אבער וויסן זאלסטו, יעדער איינער האט זיין זאך אין לעבן. מיט יארן צוריק איז געווען א בחור אין ישיבה וואס האט נישט געקענט אנקומען צו מאכן סיומים, לערנען אזוי סאך און אזוי שנעל, ער האט אבער זייער געוואלט אויך קענען זאגן 'איך האב געענדיגט הונדערט מאל' וכו', האט ער מיר געזאגט אז ער האט זיך אנגעשלאסן אין אן ארגאניזאציע וואס העלפן מענטשן וואס זענען געבליבן אויסגעשפראט און העלפן ווען די קאר איז געבליבן אינמיטן וועג אן געז, אדער אן א רעדל, און ביז א קורצע צייט איז ער צו מיר געקומען און געזאגט: "איך האב זוכה געווען צו העלפן הונדערט מענטשן מיט טוישן א רעדל" וכו', איך האב דאס זייער אויסגעלויבט צווישן די בחורים, אז איינער ענדיגט הונדערט מאל משניות און איינער העלפט הונדערט מענטשן מיט זייער קאר.
אזוי אויך ביי דיר, דיין עבודת השם איז שמייכלען צו אלע וואס קומען צו דיר אין געשעפט. איך וויל דו זאלסט מיר קענען שרייבן יעדן טאג 'היינט האב איך געגריסט הונדערט מענטשן מיט א שמייכל', 'היינט האב איך צוואנציג מענטשן געפרעגט וואס מאכסטו', 'היינט האב איך געזאגט דרייסיג מענטשן דער אייבערשטער וועט דיר העלפן' וכו' וכו'.
ומתן שכרה בצדה, דו וועסט אויך פארדינען; דו אליין וועסט פרייליך ווערן, ווייל אז מען שמייכלט צו אנדערע ווערט מען שוין אליין אויך עכט פרייליך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.