בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ... נרו יאיר, א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן; זאלסטו זיך פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן אז ער וועט דיר ברענגען דיין שידוך בקרוב, זאלסט נישט זיין פאר'דאגה'עט און טראכטן שלעכטע מחשבות אז דו וועסט בלייבן א בחור וכו', ווייל נאך פאר דו ביסט געבוירן געווארן האט דער אייבערשטער שוין אנגעגרייט דיין שידוך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֶם יְצִירַת הַוָּלָד בַּת קוֹל יוֹצֵאת וְאוֹמֶרֶת בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", פערציג טעג פאר יצירת הולד רופט מען אויס אויבן אין הימל: "בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", ממילא דארפסטו זיך גארנישט זארגן.
דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין דינען דעם אייבערשטן, קום און ישיבה יעדן אינדערפרי, טו אן תפילין און דאוון שחרית מיט שמחה, נאכדעם זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן – מקרא, משנה און גמרא, אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זאגן יעדן טאג תהילים.
איך בעט דיר, זיי נישט צעבראכן; גלייב אינעם אייבערשטן אז ער וועט דיר העלפן, נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו טרעפען דיין שידוך און חתונה האבן.
דאס וואס דו קענסט נישט איינשלאפן ביינאכט פון זארג, טראכטנדיג: 'וואס וועט זיין?' אזוי ווי דו שרייבסט מיר אינעם בריוו אז גאנצעטע נעכט וואלגערסטו זיך אין בעט און דו קענסט נישט איינשלאפן טראכטנדיג: 'ווען וועל איך טרעפן מיין שידוך?' אנשטאט טראכטן די אלע שלעכטע מחשבות זאלסטו דאס אויסזאגן פאר'ן אייבערשטן; שמועס מיט'ן אייבערשטן אין בעט. דעק זיך איבער דיין קאפ מיטן דעק און וויין צו אים אונטערן דעק, בעט אים: "הייליגער באשעפער, געב מיר שוין מיין שידוך"; שמועס מיט אים אויף דיין שפראך - 'אידיש', פארצייל אים אלע דיינע זארגן: 'וואס וועט זיין?' 'ווען וועט עס זיין?' 'מיט וועם וועט עס זיין?'
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן סח): "עִיקָר הִתְבּוֹדְדוּת שֶׁל דָּוִד הַמֶּלֶךְ הָיָה עַל מִטָּתוֹ", דוד המלך האט זייער אסאך גערעדט צום אייבערשטן ווען ער איז געלעגן אין בעט, "בְּעֵת שֶׁשָּׁכַב עַל מִטָּתוֹ וְכִסָּה עַצְמוֹ בְּסָדִין, אָז הָיָה מְדַבֵּר וּמֵשִׂיחַ כָּל לִבּוֹ לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווען ער איז געלעגן אין בעט פלעגט ער זיך צודעקן מיט זיין דעק און דארט האט ער גערעדט און זיך אויסגעשמועסט מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ו, ז): "אַשְׂחֶה בְּכָל לַיְלָה מִטָּתִי", איך שמועס יעדע נאכט מיטן אייבערשטן אויף מיין בעט, "בְּדִמְעָתִי עַרְשִׂי אַמְסֶה", מיט מיינע טרערן מאך איך נאס מיין בעט, און דער רבי פירט אויס: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לְקַיֵּם הַנְהָגָה זוֹ הָעוֹלָה עַל הַכֹּל", וואויל איז דעם וואס געוואוינט זיך צו דאס טון.
איך בעט דיר מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר, דראפע זיך און דערהאלט זיך. איך האף אם ירצה ה' צו פארן בקרוב קיין ארץ ישראל, קיין יבניאל צו מוהרא"ש'ס ציון. איך וויל דו זאלסט מיט קומען מיט מיר, דארט איז א פלאץ וואו מען קען פועל'ן שידוכים, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".
מען זעט אפענע ניסים און ישועות יעדן טאג ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך. דעריבער וויל איך דו זאלסט מיט קומען מיט מיר קיין יבניאל און דארט אויסזאגן תהילים לזכות רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותו יגן עלינו, וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.