בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דיינע פיס וועלן זיך אויסהיילן בעזר ה'
קדושה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געליינט אין דיין בריוו די צער און ווייטאג וואס דו גייסט אריבער השם ישמרינו, איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר.


פון איין זייט איז דיין ווייטאג זייער גרויס, אבער פון דער אנדערע זייט מוז איך דיר זאגן אז מיר האבן א רבי וואס איז א גרויסער דאקטער, ער האט פאר אונז א וועג ווי אזוי ארויס צו גיין פון אלע ווייטאגן און פראבלעמען.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט פון עצבות און מרה שחורה, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה", אויך די דאקטורים זענען מודה אין דעם, "שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת", אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, "וְהַשִֹֹּמְחָה הִוא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דעריבער בעט איך דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, פארליר נישט דיין אמונה! געדענק וואס דער רבי זאגט: "יֶשׁ עִנְיָן שֶׁמִתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", עס וועט זיך נאך אלעס איבער דרייען; דו וועסט האבן א רפואה אויף דיינע פיס און דו וועסט קענען טאנצן אויף דיין אייגענע חתונה מיט צוויי געזונטע פיס.


ווארף אוועק דיין סמארט-פאון; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי נִאוּף נוֹפֵל לִתְפִיסָה אוֹ לָחֳלִי כְּאֵב רַגְלַיִם", אז מען זינדיגט אין ניאוף קומט מען אן אין תפיסה אדער באקומט מען פיס ווייטאג; ווען מען האט פיס ווייטאג איז מען אטאמאטיש אין א תפיסה, מען קען נישט ארויס גיין וכו'. דאס אלעס קומט פון קוקן עקלדיגע מאוויס רחמנא לצלן.


מען קען גיין אנגעטון ווי א חסידי'שער בחור, ווי א חסידי'שער אינגערמאן, אבער קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך ביינאכט; מען זיצט מיט א סמארט-פאון, איי-פאד, טעבלעט און מען קוקט רחמנא לצלן עבירות. קודם רעדט דער יצר הרע צו דעם מענטש ער זאל קוקן נאר דאס, נישט ממש עבירות נאר סתם וכו', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קה:): "כָּךְ אוּמְנָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרָע", דאס איז דער טריק פונעם יצר הרע, "הַיּוֹם אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה כָךְ", היינט רעדט ער צו דעם מענטש צו איין זאך,  "וּלְמָחָר אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה כָךְ", און מארגן צו א צווייטע עבירה, "עַד שֶׁאוֹמֵר לוֹ: עֲבוֹד עֲבוֹדָה זָרָה, וְהוֹלֵךְ וְעוֹבֵד", ביז ער רעדט צו דעם מענטש ער זאל אינגאנצן אפלאזן דעם אייבערשטן.


פאלג דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות וועסטו האבן א רפואה שלימה.


לייג אוועק דעם בריוו אז דו זאלסט קענען ווייזן פאר יעדן איינעם וואס פאסירט ווען מען פאלגט א צדיק; דו וועסט נאך טאנצן מיט דיינע געזונטע פיס ביי דיין אייגענע חתונה בעזר ה'.