בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דעם רבינ'ס ספרים ברענגען צוריק צום אייבערשטן
חסידות ברסלב, עבודת השם, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין גאנצע לעבן האט זיך דיר געטוישט צום גוטן פון ווען דו האסט זיך דערוויסט פון הייליגן רבי'ן; זייט דו הערסט די שמועסן פון רבי'ן - האסטו אנגעהויבן גיין אין די גוטע וועג, דו האסט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן, דו האסט אפגעלאזט די נישט גוטע מעשים; ממש אזוי ווי דער רבי האט פאראויס געזאגט. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים - וועסטו טרעפן דארט גוטע עצות און חיזוק ווי אזוי זיך צו דערהאלטן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט ווען געטראפן אן אוצר, וואלט איר דאך זיכער אהין געלאפן און געגראבן צו זוכן ווי מער מען קען נעמען פונעם אוצר, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, נאר איר וואלט אריינגעקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיר נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?! וְשָׁאֲלוּ אוֹתוֹ: "אֵיךְ אֶפְשָׁר לְקַבֵּל", האט איינער געפרעגט דעם רבי'ן: "ווי אזוי נעמט מען פון דעם אוצר?" וְהֵשִׁיב: "עִם הַפֶּה וְהַלֵּב צְרִיכִין לַחְתֹּר וּלְבַקֵּשׁ, 'מיט'ן פיסק און מיט'ן הארץ', בְּפִיךָ וּבִלְבָבְךָ לַעֲשׂוֹתוֹ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.