בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דעם שבת זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן צו זיין מקורב צום צדיק
חנוכה, שלום בית, צדיקים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת, שבת חנוכה - איז א צייט וואס מען קומט זיך צוזאמען ביים הייליגן רבי'ן. דער רבי האט געזאגט, ווער עס וועט קומען די דריי זמנים צו אים; ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות - וועט ניצול ווערן פון עולם התוהו. דער רבי ראטעוועט אונז נאך דא אויף די וועלט פון עולם התוהו, מען זעט מענטשן דרייען זיך ארום, מען טראכט פון געלט, פון תאוות, פון כבוד וכו' וכו'; מען פארגעסט אז עס איז דא א באשעפער וואס מאכט אלעס און טוט אלעס, מען פארגעסט אז עס איז דא א בית החיים וואס קיינער וועט זיך פון דעם נישט קענען ארויסדרייען, און דער רבי דערמאנט אונז מיר זאלן לעבן מיט תכלית, לעבן מיט תודה והודאה. שבת חנוכה באקומען מיר פון רבי'ן די זאך פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אויפזוכן דאס גוטס אין לעבן, און אויף דעם דאנקען און לויבן.


קריג זיך נישט אין שטוב, זיי א ותרן אין שטוב, און אז מען שרייט אויף דיר - זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, נאר דן זיין לכף זכות. דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן רעדן שיין אין שטוב און האלטן טייער די ווייב; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", די פרויען ליידן גאר אסאך צער און ווייטאג פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר", זיי ליידן בשעתן טראגן, "וְהַלֵּדָה", נאכדעם די צער פון געבוירן, "וְהַגִּדּוּל", און צער פון אויפציען די קינדער, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז פאר יעדן באקאנט ווי שווער עס איז אריבער צו גיין די זאכן. דער הייליגער רבי נתן זאגט (שם, סימן רסג), ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט ביי אינגעלייט אז זיי צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ענדיגט זיך דאס מיט א גט חס ושלום, האט דער רבי געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דאס איז מעשה שטן, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין ביטערע עבירות, דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין זיין נעץ השם ישמרינו.


דעם שבת זאלסטו זיך מתבודד זיין און בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין מקורב ווערן צום צדיק, און זיך נישט לאזן אפנארן בזה העולם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן, די טעג און די יארן גייען אריבער און אז מען נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות איז מען זוכה צו קומען צו די העכסטע מדריגות.


וואו איז דער רבי? וואו איז דער צדיק? דארט וואו מען רעדט פון צדיק, אזוי ווי די מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, עס איז געקומען צו רבי נתן א איד ר' משה, און ווען רבי נתן האט אזויפיל גערעדט פון צדיק, אז מען דארף האבן א צדיק, מען דארף לעבן מיט א צדיק, אלע השפעות קומען דורכן צדיק - האט ער זיך זייער צופלאמט, און ער איז צוריק געפארן צו זיין רבי, (ער איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חסיד).


שפעטער איז ער צוריק געקומען צו רבי נתן, ער האט געפרעגט רבי נתן: "איך האב געהערט פון אייך אזויפיל רעדן פון צדיק, איך זאג אייך דעם אמת, מיין רבי איז טאקע א צדיק, אבער ביי אים באקום איך נישט וואס איך באקום פון אייך", זאגט אים רבי נתן: "מיר זעען אין די תורה (פרשת השבוע) פרעה זאגט פאר יוסף (בראשית מא, לט) 'אַחֲרֵי הוֹדִיעַ אֱלֹקִים אוֹתְךָ אֶת כָּל זֹאת אֵין נָבוֹן וְחָכָם כָּמוֹךָ', נאכדעם וואס דו האסט מיר אנטפלעקט וואס דער אייבערשטער האט דיר געוויזן, זאג איך אז עס איז נישטא קיין גרעסערער חכם ווי דיר", זאגט אים רבי נתן: "פרעה איז שוין קלוגער פון דיר, ווייל ווען דו האסט געהערט דא ביי מיר דאס גרויסקייט וואס מען באקומט ביים צדיק - וואלסטו געדארפט פארשטיין אז דא וואו דו הערסט אזעלכע גילויים, איז א סימן אז דער צדיק איז דא"...


מוהרא"ש פלעגט אונז דערציילן די מעשה, מוהרא"ש האט אונז אפילו דאס אויסגעלערנט, מיר זאלן זיך מאכן דעם חשבון 'ווער איז מיר מגלה דעם אייבערשטן? ווער איז מיר מגלה אז איך – וואס איך ווייס דאך יא אביסל ווער איך בין – זאל אויך קענען לעבן מיטן אייבערשטן און לערנען די הייליגע תורה און זיך אויסקומען מיט א ווייב מיט קינדער וכו' וכו'?' דארט איז דער צדיק.


שבת זאלסטו זיין נאר פרייליך.


א גוט שבת און א פרייליכן חנוכה.