בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער אייבערשטער הערט צו די געבעט פון א חולה
רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב געהערט די נישט גוטע בשורה פון אייער ברודער ... נרו יאיר אז איר גייט אריבער שרעקליכע יסורים, איר ליידט פון די ביטערע מחלה השם ירחם; ער האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער אייך צו שטארקן.


שטארק אייך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; מיר דארפן חזר'ן די פשוט'ע אמונה: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", איך גלייב מיט מיין גאנצע אמונה אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און ער פירט אלעס. ער טוט אלעס, ער האט אלעס געטון און ער וועט אלעס טון; ווי מער א מענטש חזר'ט די ריינע אמונה ווערט ער מער פרייליך און ער ווערט רואיג, און אז מען איז פרייליך און רואיג גייט מען ארויס פון אלע צרות ויסורים.


וויסן זאלט איר אז דער אייבערשטער הערט צו די געבעט פון א חולה מער פון אנדערע; ווען דער חולה אליינס בעט דעם אייבערשטן הערט דער אייבערשטער צו די תפילות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (רש"י בראשית כא, יז; בשם מדרש בראשית רבה) אז מען זעט ביי ישמעאל, ווען זיין מאמע הגר האט אים געלייגט אונטערן בוים נאכדעם וואס זי האט נישט געקענט אויסהאלטן צו זען ווי אזוי איר קינד גייט שטארבן, זאגט די תורה (בראשית כא, יז): "וַיִּשְׁמַע אֱלֹקִים אֶת קוֹל הַנַּעַר", דער אייבערשטער האט צוגעהערט דאס געוויין פון 'ישמעאל', נישט דאס געוויין פון זיין 'מאמע', "מִכָּאן שֶׁיָּפָה תְּפִלַת הַחוֹלָה מִתְּפִלַּת אֲחֵרִים עָלָיו, וְהִיא קוֹדֶמֶת לְהִתְקַבֵּל", פון דא זעט מען אז די תפילה פונעם חולה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת יב:): "מִנַּיִן שֶׁהַשְּׁכִינָה סוֹעֵד אֶת הַחוֹלָה?" פון וואו זעט מען אז דער אייבערשטער האלט אונטער דעם חולה? ווייל עס שטייט (תהלים מא, ד): "ה' יִסְעָדֶנּוּ עַל עֶרֶשׂ דְּוָי", דער אייבערשטער האלט אונטער דעם חולה; נאך זאגן חז"ל (שם): ווען מען קומט מבקר חולה זיין איינעם זאל מען זיצן מיט גרויס כבוד, ווייל: "שְׁכִינָה לְמַעְלָה מֵראשׁוֹתָיו שֶׁל חוֹלֶה", דער אייבערשטער רוט אויף דעם קאפ פון א חולה; נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רָבִין, מִנַּיִן שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא זָן אֶת הַחוֹלָה? שֶׁנֶאֱמַר (תהלים מא, ד): ה' יִסְעָדֶנּוּ עַל עֶרֶשׂ דְּוָי", דער אייבערשטער שפייזט דעם חולה.


דערפאר זאלט איר נעמען פון די מאמרי חז"ל שטארקייט צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך; רעדט צום אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך - אויף אידיש, דערציילט אים אזוי ווי איר וואלט עפעס דערציילט פאר א נאנטע חבר'ט, דערציילט אים ווי צעבראכן איר זענט, זאגט אים: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף מִיר. הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, אִיךְ דַארְף אַ רְפוּאָה שְׁלֵימָה. קוֹים וָואס אִיךְ לֶעבּ, אִיךְ גֵיי אַרִיבֶּער שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין, עֶס אִיז מִיר זֵייעֶר בִּיטֶער, הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, דוּ בִּיסְט דָאךְ דֶער רוֹפֵא נֶאֱמָן; הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וִויל חֲתוּנָה הָאבְּן, אִיךְ וִויל אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ שְׁטוּבּ אוּן הָאבְּן קִינְדֶער אוּן אֵיינִיקְלֶעךְ. אַלֶע מַיינֶע חַבֶר'טֶעס הָאבְּן חֲתוּנָה אֵיינֶע נָאכְ'ן אַנְדֶערְן אוּן אִיךְ לִיג דָא אִין שְׁפִּיטָאל מִיט שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין פוּן דִי ...; עֶס אִיז מִיר אַזוֹי בִּיטֶער דָא אִין שְׁפִּיטָאל. עֲנֵנִי ה' עֲנֵנִי, בִּזְכוּת אַלֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶר תְּפִילָה אוּן זֵייעֶר עֶרְלִיכְקַייט; בִּזְכוּת אַבְרָהָם אָבִינוּ, בִּזְכוּת יִצְחָק אָבִינוּ, בִּזְכוּת יַעֲקֹב אָבִינוּ, בִּזְכוּת מֹשֶׁה רַבֵּינוּ, בִּזְכוּת אַהֲרֹן הַכֹּהֵן, בִּזְכוּת יוֹסֵף הַצַּדִּיק, בִּזְכוּת דָּוִד הַמֶּלֶךְ, בִּזְכוּת שְׁלֹמֹה הַמֶּלֶךְ, בִּזְכוּת רַבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, בִּזְכוּת רַבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִי, בִּזְכוּת רַבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב, בִּזְכוּת רֶבִּי נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רֶבִּי נָתָן מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב; יִּהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי. אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער דער רופא נאמן, זאל אייך שיקן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.


איך ווארט צו הערן פון אייך איר זאלט מיר בקרוב מבשר זיין די גוטע בשורה אז איר זענט ארויס געקראכן פון די ביטערע מחלה.