בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#95 - הויב אן נאכאמאל, לאז נישט נאך דיין ווילן
תפילה והתבודדות, שמחה, חנוכה, מאוויס, עבירות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט זאת חנוכה איז א גרויסער טאג, מען קען היינט אנהויבן דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה.


בעט איך דיך זייער, הויב אן נאכאמאל, לאז נישט נאך דיין ווילן, געב נישט אויף; דער רבי האט געשריגן מיט א הויך קול (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "גיוואלד! קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען!"


טייערער ברודער מיינע, געענדיגט מיט די טומאה, היינט זאת חנוכה קענסטו זוכה זיין צו ווערן ריין פארן אייבערשטן, ווארף אוועק די טומאה, קוק נישט קיין מאוויס מער, קוק נישט קיין זוהמה; אז מען קוקט עבירות ווערט מען בעצבות, מען פארלירט אלעס.


פאלג מיך טייערער הארציגער חבר, אנשטאט זיך באהאלטן מיט א טעבלעט, אייפאד, סמארטפאון און קוקן שמוץ, קוקן ניאוף רחמנא לצלן - זאלסטו זיך באהאלטן מיטן אייבערשטן; זוך א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס זיך אויס דאס הארץ, רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, וויין צו אים, זאג אים: "רבונו של עולם, ווען וועל איך שוין תשובה טון? איך ליג אין בלאטע, איך ליג אין עבירות, מיין גאנצע מח מחשבה איז נאר ניאוף; העלף מיר טאטע, ראטעווע מיך באשעפער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוט שבת.

#94 - וויין צום אייבערשטן פאר א שידוך, און די איבריגע צייט זיי פרייליך
תפילה והתבודדות, שמחה, בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


טייערער ברודער, אפילו דו ביסט אזוי צעבראכן, דו דארפסט א שידוך, דו טראכסט שווארץ, דו זעסט נאר טונקל, דו ווייסט קלאר דו וועסט נישט טרעפן קיין שידוך – דאך בעט איך דיר ליבער ברודער, חזק ואמץ בכל כוחך, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


נעם די עצות פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפילה; גיי אין א ווינקל און וויין צום אייבערשטן, זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך וויל שוין חתונה האבן, איך בין א פלג גוף, איך בין צעריסן און צעשניטן, איך בין אזוי צעבראכן, איך פאל אראפ אין פגם הברית, אין הוצאת זרע לבטלה. הייליגער באשעפער, זיי נישט בייז אויף מיר, פארגעב מיר, איך וויל אזוי שטארקן זיין גוט, הייליג און ריין, וואס זאל איך טון, איך פאל אראפ בשוגג, במזיד, באונס וברצון, הייליגער באשעפער, געב מיר מיין שידוך. הייליגער באשעפער קיינער ווייסט נישט ווי שווער עס איז מיר, קיינער חלומ'ט נישט אז איך שלאג זיך יעדע רגע צו בלייבן א איד, אנא ה' הושיעה נא, בזכות הצדיקים שמסרו נפשם אליך יתברך, אמן".


ביי די איבריגע צייט פון טאג זאלסטו טאנצן און פאטשן און הערן פרייליכע באמבעדיגע מוזיק.

#93 - מוטשעט נישט אייערע עלטערן פאר א שידוך
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


טשעפעט נישט אייערע עלטערן; וואס קענען זיי טון? וואס זענען זיי שולדיג אז זיי האבן א זון וואס עס גייט אים נאכנישט קיין שידוך? וואס ווילט איר פון זיי? איר מיינט אז זיי ווילן אייך נישט א כלה מאכן? זיי ווארטן מען זאל זיי אנטראגן א שידוך פאר אייער ברודער, זיי ווילן אים נישט וויי טון, איז פארוואס זאלט איר זיי מוטשען? ענדערש מוטשעט דעם אייבערשטן, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשפער, העלף מיין ברודער זאל טרעפן א שידוך בקרוב, און אויך איך".


מוטשעט נישט אייערע עלטערן; איר האט טייערע עלטערן, זיי זענען אייך גרייט א כלה צו מאכן היינט, זיי ווילן אבער נישט וויי טון אייער ברודער; וואלט אייער ברודער געווען עלטער - וואלט מען דעמאלט געדארפט זען וואס צו טון, אייער ברודער איז יעצט געווארן אכצן יאר און איר זענט זיבעצן יאר; איז וואס זאלט איר זיי וויי טון...


זייט נישט בייז אויף מיר, איך ווייס אז עס איז אייך ביטער שווער, איר ווילט שוין חתונה האבן, איר ווילט שוין האבן אייער לעבן מיט אייער מאן, איר ווילט שוין זיין פרייליך; איך ווייס זייער גוט וואס איר גייט אריבער, דאך זאלט איר רחמנות האבן אויף אייערע עלטערן און זיי נישט מוטשען.


נאכאמאל, מוטשעט דעם אייבערשטן, בעטס אים מיט רחמנות, נישט מיט עצבות און מרה שחורה; בעטס אים: "הייליגער באשעפער איך וויל שוין חתונה האבן, איך וויל שוין האבן מיין לעבן, מיין געצעלט, מיין ליבשאפט, העלף מיר איך זאל טרעפן א גוטע שידוך, און העלף מיין ברודער זאל שוין טרעפן זיין שידוך".


תפילה מיט אסאך סבלנות.

#92 - הייליגער באשעפער, געב מיר אייזערנע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן
התחזקות, תפלות אויף אידיש, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ט סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס איז אייך גאר ביטער - זאלט איר זיך מבטל זיין צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רעט) "פעם אחת אמר לי בזו הלשון", אמאל האט מיר דער הייליגער רבי געזאגט דעם לשון: "אז עס איז שוין גאר שלעכט, איז מען זיך גאר מבטל", האב איך געפרעגט דעם רבי'ן: "איך מבטלין עצמו", ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? האט דער רבי מיר געענטפערט: "מען פארמאכט דאס מויל און די אויגן, איז בטול".


זאגט רבי נתן: "מזה מובן עצה", דאס איז די עצה ווען דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויפ'ן מענטש, ער פארדרייט אים דעם קאפ מיט שלעכטע מחשבות, ער מאכט בלבולים און עס איז זייער שווער אים צו באזיגן, זאל מען זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, "כי כל האדם יכול לבטל עצמו לגמרי לפעמים", דאס קען יעדער איינער טון, יעדער קען צוקומען צו ביטול צום אייבערשטן, "דהינו לסתום פיו ועיניו ולסלק דעתו לגמרי, כאלו אין לו שום דעת ומחשבה כלל", זיך פארמאכן די מויל און די אויגן כאילו מען האט נישט קיין אייגענע שכל, "רק יבטל עצמו להשם יתברך לגמרי", און זיך מבטל זיין אינגאנצן צום אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר כח, געב מיר מח, איך בין איינער אליין, געב מיר אייזערנע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן".


דאס רעדן צום אייבערשטן ראטעוועט דעם מענטש, מען באקומט פרישע כוחות צו אנגיין מיטן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#91 - נוץ אויס די פעלדער און וועלדער מיט התבודדות און תפלה
תפילה והתבודדות, שטעטל, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט קיין בטלן, נוץ אויס די פעלדער און וועלדער מיט התבודדות און תפלה. דו וואוינסט אין די שענסטע פלאץ, אין קרית ברסלב; א שטעטל פון אמונה, א שטעטל פון תפלה; זאלסטו אויסנוצן די פלאץ מיט התבודדות.


גיי אביסל שפאצירן יעדן טאג און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן; זאג פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, דערצייל אים אלעס מיט וואס דער יצר הרע מאכט דיר משוגע; נאר אזוי קען מען זיך ראטעווען פון אים.


טייערער ..., דאס טו איך; טאג נאך טאג גיי איך שפאצירן און איך בעט דעם אייבערשטן טויזנטער מאל: "איך וויל זיין א איד, איך וויל נאר לערנען און דאווענען", ביז דער אייבערשטער וועט אונז העלפן.


מאך זיך גרייט ווייל מיר פארן שוין קיין אומאן.

#90 - דיין ישועה ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט, נישט ביים דאקטער
קינדער, אמונה, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דיין ישועה ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט; פארלאז זיך נישט אויף קיינעם. ווען דו גייסט צום דאקטער איז דאס נאר ווייל דער אייבערשטער זאגט מען זאל אזוי טון, אבער מען טאר פאר קיין איין רגע נישט טראכטן אז דער דאקטער קען העלפן אדער פארקערט.


יעדן טאג זאלסטו זיך אפזונדערן פאר אפאר מינוט פון יעדן איינעם, אין די פאר מינוט זאלסטו מיט קיינעם נישט האבן; אין די פאר מינוט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער איך וויל האבן קינדער, איך ווארט שוין אזוי לאנג אויף קינדער, העלף מיר אייבערשטער מיט געזונטע ערליכע דורות"; די פאר מינוט זאלסטו שמועסן מיט'ן באשעפער אלעס וואס דו דארפסט, וועסטו זען גרויסע וואונדער.


א גרוס פון דיין מאן, ער איז זייער א וואוילער אינגערמאן.

#89 - זיך ארויסדרייען אויף א שיינע וועג
צניעות, רפואה, משפחה, תפלות אויף אידיש, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ממשיך מיט'ן זאגן תהילים יעדן טאג; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהילים איז א שטעקן אויף וואס מען קען זיך אנלאנען, אזוי ווי א קראנקער מענטש לא עלינו גייט מיט א שטעקן, ער פארלאזט זיך דערויף און דאס טראגט אים און פירט אים וואו ער דארף גיין, אזוי אויך ווען א מענטש זאגט תהילים און פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, איז דאס אים ווי א שטעקן אויף וואס ער קען זיך גוט אנלאנען, מען גייט דורכדעם ארויס פון אלע פראבלעמען.


בנוגע דיינע שוואגערס; מען טאר נישט שמועסן מיט פרעמדע מענער. ענטפערן א שאלה קענסטו, אבער אריין גיין אין א פריינטליכע שמועס איז נישט גוט.


דארפסט נישט אפהאקן, טו עס מיט שכל; אז יענער הייבט אן א פריינטליכע שמועס דריידט מען זיך ארויס מיט חכמה, ביז יענער פארשטייט אליינס אז עס איז נישט דא מיט וועם צו שמועסן. דאס דארף מען טון מיט גרויס חכמה נישט צו מאכן קיין מחלוקת אין די משפחה; אז מען וועט דיר פארהאלטן, מען וועט דיר זאגן דו ביסט צו פרום זאלסטו זיך ארויסדרייען און זאגן: "איך בין שעמעדיג".


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען די צווייטע מעשה אין סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם מלך און דער קיסר, דארט לערנט אונז דער רבי אויס די וועג ווי אזוי זיך ארויסצודרייען מיט חכמה פון נישט גוטע זאכן, די חכמה פונעם בת קיסר וואס האט אכטונג געגעבן נישט צו האבן צוטון מיט פרעמדע מענער. ווען איינער האט איר געוואלט באצוואונגען חתונה צו האבן האט זי געזאגט: "אודאי וועל איך חתונה האבן מיט דיר, אבער נאר בתנאי אז דו רירסט מיר נישט אן ביז מיר וועלן מאכן די חתונה כדת וכדין", און שטילערהייט איז זי נעלם געווארן; קוק נאך די מעשה.


בנוגע די עסן וואס דו קענסט נישט עסן; מיט תפילה וועסטו אלעס קענען עסן. בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם, זאג: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע זיסע הערליכע לעבן, יישר כח אייבערשטער איך בין געזונט, יישר כח אייבערשטער איך האב אלעס אין מיין לעבן.


איך בעט דיר זייער הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען עסן די אלע עסן וואס איז נישט גוט פאר מיין קערפער (רעכן אויס אלעס וואס דו קענסט נישט עסן), העלף מיר איך זאל קענען אלעס פארדייען, איך זאל קענען הנאה האבן פון דיין שיינע וועלט.


הייליגער באשעפער, איך ווייס אז אלעס וואס איך טאר נישט עסן איז פאר מיין טובה, עס איז נאר גוט, עס איז בלויז חסדים, איך האב נישט קיין טענות, איך גלייב אז אלעס איז פאר מיין טובה, דאך האסטו אונז געזאגט אין די הייליגע תורה אז מען זאל דאווענען פאר דיר, מען זאל מיט תפילה טוישן אלעס אז מיר זאלן אויך זען דאס גוטס, בעט איך דיר אייבערשטער, דו ביסט א כל יכול, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס; מאך א נס אז איך זאל קענען עסן אלעס, איך זאל נישט זיין אויסגעשלאסן פון די עסן און יענע עסן".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, אויך זאלסטו צולייגן אייגענע תפילות פון דיין הארץ - וועסטו זען גרויסע נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#88 - באשעפער, שבת איז מיין ערגסטע טאג
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שבת קודש, משפחה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך; א מיידל אין די יארן פון שידוכים דארף זיין פרייליך, שטענדיג ארום גיין מיט א שמייכל.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): ווען מען איז פרייליך ווערט מען געזונט, אלע ווייטאגן גייען אוועק. ווען מען איז פרייליך איז מען נאנט צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט זייער ליב פרייליכע מענטשן, ער האט נישט ליב ווען מען איז טרויעריג; אפילו ווען מען וויינט צום אייבערשטן טאר דאס נישט זיין פון טרויער מען דארף וויינען צו אים פון פרייליכקייט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעה).


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן; שמועס מיט אים, דערצייל אים דיין ווייטאג; דערצייל אים אלעס וואס באדערט דיר אין שטוב פון דיינע עלטערן, דערצייל אים אז דו האסט נישט ליב צו זיין אין שטוב שבת; זאג אים: "הייליגער באשעפער איך האב נישט ליב צו זיין אין שטוב שבת; שבת אין שטוב איז מיין ערגסטע טאג, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אין שטוב, הייליגער באשעפער איך וויל שוין חתונה האבן".


בנוגע דעם בחור וכו'; דו בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א גוטער מאן, א וואוילער מאן, א הארציגער מאן, א מאן וואס וועט דיר ליב האבן, א מאן וואס וועט רעדן שיין צו דיר, א מאן וואס וועט זארגן פאר דיר; עס איז נישט גוט אריין צו נעמען א בחור אין קאפ און זיך אויסמאלן 'ער גייט זיין מיין חתן'; קודם כל ווער זאגט יענער איז בכלל מסכים. צווייטנס, ווער זאגט אז דאס איז גוט פאר דיר; די בעסטע זאך איז ווען מען שמועסט עס אויס מיט'ן אייבערשטן.


גיי יעדן טאג אביסל אין פעלד שפאצירן און זאג פאר'ן אייבערשטן די גאנצע געשיכטע מיט'ן בחור... און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן.


איך ווארט צו הערן דיינע סיומים ווען די ענדיגסט תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - שטארק זיך, וועסטו טרעפן שנעל דיין ריכטיגער שידוך
תפילה והתבודדות, שידוכים, צדקה, תפלות אויף אידיש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן; אמת, דו גייסט יעצט אריבער שווערע טעג אין לעבן נאכדעם וואס דו האסט זיך געדארפט גט'ן; דו האסט דאס געטון על פי תורה, מוהרא"ש וואלט אויך געהייסן מאכן א גט. עס איז דיר יעצט ביטער שווער צו זיין אליין, קיינער קען נישט פארשטיין די צער וואס דו גייסט יעצט אריבער, דאך דארפסטו זיך שטארקן מיט די גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; וואס ווייסטו וואס דו דארפסט מתקן זיין וכו' וכו', ווער ווייסט וואס פאר א גזירות עס איז נגזר געווארן אויף דיר און יעצט קומסטו אפ מיט דעם.


איך בעט דיר זייער זאלסט אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר און אים דאנקען דערויף; יעדן טאג זאלסטו נעמען אפאר מינוט, זוך א שטילע פלאץ, דארט זאלסטו זיך מתבודד זיין. זאלסט אנהייבן מיט תודה והודאה, דאנק דעם אייבערשטן אויף די גוטס וואס ער טוט מיט דיר. איך ווייס אז דו גייסט יעצט אריבער שווערע טעג, דאך דארפסטו געדענקען וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה), די עצה פון "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", די עצה פון אויפזוכן גוטס אין די צרה. דער רבי זאגט אז דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


די אלע שידוכים וואס מען טראגט דיר אן און עס ווערט נישט - דאס איז אלעס שידוכים פאר דיר; יעדע שידוך וואס מען רעדט נאר, מען טראגט עס אן - איז אויך א שידוך. עס איז דא אמאל וואס מען טרעפט זיך, מען רעדט איינער מיט'ן צווייטן, עס זעט שוין אויס ווי עס גייט ווערן א שידוך, למעשה ווערט נישט דער שידוך; זאגט דער רבי (ספר המידות, אות חתון, סימן ז) אז דאס איז אויך א שידוך, און ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן און דער רבי איז געווען אין ראדוויל בעפאר'ן א שידוך טון מיט זיין צווייטע ווייב, זענען געקומען אסאך פרויען זיך משדך זיין מיט אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): "אלע זענען מיינע שידוכים, און יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש", אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון א שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, שם): מענטשן שמועסן ביי זיך אין שטוב: "דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל"; אפילו ווען דער שידוך זאל זיך נישט אנהייבן און נישט ענדיגן איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך. "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה, וְלִפְעָמִים נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ וְאַחַר כָּךְ מַפְסִיקִים הַקֶּשֶׁר שֶׁל תְּנָאִים, וְלִפְעָמִים בָּאִין לִידֵי נִשּׂוּאִין וְאַחַר כָּךְ בְּסָמוּךְ נַעֲשֶׂה גֵּט בֵּינֵיהֶם. וְלִפְעָמִים אֵינוֹ נַעֲשֶׂה הַגֵּט עַד אַחַר אֵיזֶה זְמַן וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כַּמָּה בְּחִינוֹת שֶׁיֵּשׁ בְּעִנְיְנֵי הַשִּׁדּוּכִים וְהַזִּוּוּגִים שֶׁאֵינָם נִגְמָרִים אַחַר כָּךְ, אֲבָל כֻּלָּם הֵם בְּחִינַת זִוּוּגִים שֶׁלּוֹ. כִּי כָּל אֶחָד יֵשׁ לוֹ כַּמָּה זִוּוּגִים, רַק שֶׁאֵצֶל זֶה נִגְמָר אֵיזֶה זִוּוּג שֶׁלּוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר בְּעָלְמָא שֶׁמְּדַבְּרִים מִזֶּה הַשִּׁדּוּךְ, וְלִפְעָמִים עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר יוֹתֵר אוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה הִתְקַשְּׁרוּת אוֹ נְסִיעָה אוֹ עֻבְדָּא בִּשְׁבִיל הַשִּׁדּוּךְ לְפִי שָׁעָה וְכוּ' כַּנַּ"ל"; זעט מען פון דעם אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר א בחור און פאר א מיידל כדי זיי זאלן טרעפן זייער שידוך - אפילו עס ווערט נישט - איז דאס אויך עפעס, ווייל עס ווערט נענטער זייער ריכטיגער שידוך, עיין שם.


נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


מאך זיך א צדקה פושקע וואס דארט וועסטו געבן יעדן טאג צדקה כמנין די תפילה וואס דו בעסט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, חלק ב', סימן יד): "יֵשׁ תְּפִילּוֹת שֶׁאֵינָם נִתְקַבְּלִים לְמַעְלָה אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִים כָּל כָּךְ מָעוֹת לִצְדָקָה כְּפִי מִסְּפַּר הָאוֹתִיּוֹת שֶׁל הַתְּפִילָּה הַשַּׁיָּךְ לְזֶה הַדָּבָר", עס איז דא תפילות וואס ווערן אנגענומען אויבן אין הימל נאר ווען מען געבט פאר צדקה די סכום פרוטות וויפיל די תפילה באטרעפט, "לְמָשָׁל, כְּשֶׁמִּתְפַּלֵּל אֵלּוּ הַתֵּבוֹת: 'תֵּן לִי בָּנִים'", צום ביישפיל, ווען מען בעט תֵּן לִי בָּנִים - געב מיר קינדער, "צָרִיךְ לִתֵּן צְדָקָה כְּמִסְפַּר אוֹתִיּוֹת תֵּן לִי בָּנִים", דארף מען געבן צדקה וויפיל עס באטרעפט די תפילה פון תֵּן לִי בָּנִים - געב מיר קינדער; אזוי זאלסטו טון, זאלסט מאכן א פושקע און אריינלייגן יעדן טאג פינף דאלער מיט צוויי און צוואנציג פרוטות בעטנדיג דערביי: "רבונו של עולם, תן לי זיווג, געב מיר מיין פאר"; די געלט זאלסטו מיר ברענגען, איך וועל דרוקן דערמיט דעם רבינ'ס ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - טון וואס דער דאקטער זאגט
קינדער, חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי פרעגט מוהרא"ש אייער שאלה; זי פרעגט אויב זי זאל נעמען עפידורעל, און מוהרא"ש ענטפערט איר (שו"ת ברסלב, מכתב ה'תקמח): "אם הרופא ממליץ על זה, צריכים לעשות את זה בלי שום שאלה כלל", אויב דער דאקטער האלט אז מען זאל דאס טון זאל מען דאס טון אן קיין שום שאלה, "ובדברים כאלו צריכים לציית את הרופא", מען זאל פאלגן דעם דאקטער.


עס איז זייער וויכטיג איר זאלט זאגן יעדן טאג נעמען פון צדיקים; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע, זאלט איר זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, הֶעלְף מִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אַז אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים; בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל הָאבְּן אַ גְרִינְגֶע לֵידָה, אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט מוּטְשֶׁען בַּיים הָאבְּן דָאס קִינְד, אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּער גֵיין גְרִינְג.


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - צי מ'איז גרויס אדער מ'איז קליין, נאר זיך דערהאלטן
התחזקות, התחדשות, פירושים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבער ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים.


איך פריי זיך זייער אז איר נעמט זיך צאם יעדע שבת זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות; יעדן טאג דארף מען פון פריש עצות און חיזוק ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, מען קען נישט נוצן די חיזוק פון נעכטן אויף מארגן, יעדן טאג דארף מען פון פריש מקורב ווערן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תפא): עס זענען זיך אמאל צומגעקומען גרויסע שניידערס וואס האבן געוואלט מאכן א קלייד פאר די לבנה און זיי זענען געגאנגען אפמעסטן די מאס פון די לבנה, אבער די לבנה ווערט דאך יעדן טאג אן אנדערע מאס - קודם ווערט זי גרעסער און גרעסער און נאכדעם ווען זי איז שוין גרויס הייבט זי אן צו ווערן קלענער, זענען געקומען די קליינע שניידערס און זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן פרובירן וכו' האבן די גרויסע שניידערס געזאגט פאר די קליינע שניידערס: "וואס פרובירט איר, מה דאך מיר - וואס מיר זענען די גרעסטע שניידערס פון רוסלאנד האבן נישט געקענט, וועט איר קענען?!" דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל.


דער רבי האט דאך געגעבן רשות צו קנייטשן זיינע ספרים ווי אזוי מען וויל - בתנאי מען זאל נישט אוועק גיין פון שלחן ערוך; דער רבי לערנט אונז מיט די מעשה אז מיר זאלן נישט טראכטן אז מען קען זיך מסדר זיין א פארזיכערטע וועג ווי אזוי מיר וועלן אייביג קענען זיין ערליכע אידן. יעדער וויל זיך מאכן א סדר ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד און זיך מאכן א וועג ווי אזוי צו מצליח זיין אין לעבן, אבער מען קען נישט מאכן א וועג ווי אזוי מען קען זיין פארזיכערט אז אלעס וועט קלאפן וכו', ווייל איין טאג גייט מען ארויף - מען ווערט גרעסער, און איין טאג גייט מען אראפ - מען ווערט קלענער, יעדן איינציגסטן טאג איז דא פרישע איבערגייאכטס, פרישע מניעות און פרישע נסיונות וואס מען דארף קענען אריבער טראגן.


שטארקט אייך און זייט זיך מחזק; אפילו מען טרעפט זיך אין טיפע בלאטע דארף מען געדענקען וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן שב): "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'"; דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג) ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען, אזוי אויך ווען מען שפירט ווי מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, מען פאלט אראפ אין שלעכטע מעשים - זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד".


א פרייליכן שבת.

#84 - גיין שווימען מיט צניעות
צניעות, ספיקות, מורה דרך, תפלות אויף אידיש, זומער, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו שעמסט זיך נישט? דו גייסט שווימען מיט דיינע ברידער און שוואגערס ווען די ווייבער זענען דארט?! ווער איז דיין וועג ווייזער - דיין שוואגער...? ער איז דיין וועג ווייזער? וואס ער איז מחליט דאס איז ריכטיג?! דו האסט שוין פארלוירן דיין גאנצע שכל? עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אז תלמידי הישיבה זאלן דאס נישט וויסן! אפילו זיי שווימען נישט, זיי זיצן נאר דארט ביי די טרעפ וכו' - איז דאס פריצות, אפילו דאס זאל זיין דיינע אייגענע שוועסטערס איז דאס נישט קיין צניעות, אפגערעדט ווען דאס איז שוועגערינס, דאס איז אן עקל און א גרויל.


וואס נאך ווייסטו נישט? עס איז נישט קיין תירוץ צו זאגן: "איך האב נישט געוואוסט אז דאס איז א פראבלעם", וויי פאר דעם וואס ווייסט נישט די א' ב' פון צניעות; אז דו ווייסט גארנישט, אפילו אזא זאך - פארוואס זאלסטו נישט פרעגן דיין ראש ישיבה, דיין מורה דרך, פאר דו גייסט צו אזא פארוויילונג, פאר דו טוסט עפעס אין לעבן?


וויפיל פלעגט דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו וויינען אויף די וואס פארן אוועק אין קאנטרי, מען זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז אויך דארט און מען דארף זיך אויפפירן מיט יראת שמים; מען פארט אוועק פון שטאט אבער מען פארט נישט אוועק פונעם אייבערשטן.


זע צו לערנען אסאך משניות, אויך זאלסטו לערנען אסאך דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, דאס וועט דיר געבן א בירור המדמה, דו וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


זיי זיך מתבודד יעדן טאג; נעם אראפ אפאר מינוט וואס דעמאלט איז אלעס געשטארבן און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:) דער הייליגער אמורא רבי יונה, די טאטע פונעם הייליגן אמורא רבי מנא, ווען ער האט געוואלט גיין התבודדות פלעגט ער בעטן זיינע קינדער: "הָבוּ לִי גוּאַלְקִי", ברענגט מיר מיין טאשקע, ער האט זיי איינגערעדט אז ער גייט מאכן ביזנעס, "קָאֵי בְּדוּכְתָּא צְנִיעָא", ביז דערווייל האט ער זיך באהאלטן און דארט פלעגט ער בעטן דעם אייבערשטן אויף וואס ער דארף; אזוי זאלסטו טון, זאג אין שטוב: "איך גיי מאכן ביזנעס" און גיי ערגעץ אין א שטילע גאס, אין א שטילע פלאץ - און וויין זיך אויס צום אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו לעבן מיט אים; בעט אים: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל לערנען און דאווענען; אייבערשטער העלף מיר איך זאל געדענקען פון תכלית".


איך שרייב דיר וואס צו טון נאר ווייל איך האב דיר ליב; דו ביסט מיר אינגעקריצט אין הארץ, וויל איך דיר פירן אויף א וועג דו זאלסט זיין ערליך און האבן ערליכע דורות; נעם אן די מוסר מיט ליבשאפט.

#83 - אז מ'דאנקט דעם אייבערשטן אויף די גוטס, ווערט גרינגער די שוועריקייטן
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן נרו יאיר האט מיר געשריבן אז איר מוטשעט זיך זייער פון ווען איר האט אנגעהויבן ווארטן וכו' און איר ליגט אין בעט שוין פאר לאנגע וואכן מיט שטארקע יסורים; ער האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


וויסן זאלט איר אז עס איז דא א וועג זיך גרינגער צו מאכן מען זאל נישט דארפן אזוי שטארק ליידן; אויב מען נעמט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי".


דער רבי געבט אונז א וועג פון טראכטן; מען זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט, דעמאלט ווערט גרינגער און מען קען דערטראגן פיל מער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך איז אריבער זייער שווערע צרות אין לעבן; ער האט נישט געהאט קיין טראפ מנוחה אין זיין לעבן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נה:): "כָּל שְׁנוֹתָיו שֶׁל דָוִד לֹא רָאָה חֲלוֹם טוֹב", דוד המלך האט אפילו נישט געהאט איין גוטע חלום אין זיין לעבן; דאך האט ער שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן. אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים א צרה האט ער געזוכט אין די צרה עפעס גוטס. ער האט געזינגען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר אז 'בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי'; איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


אזוי זאלט איר אויך טון, זוכטס אויף די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך און דאנקטס אים אויף יעדן פרט ופרט; דאנקטס אים אז איר זענט חתונה געהאט און אז איר האט זוכה געווען צו א געטרייער מאן, א וואוילער מאן; דאנקטס אים אז איר ווארט א קינד, דאנקטס אים אז איר זענט געזונט קענענדיג זיין אין שטוב; נאכדעם זאלט איר בעטן שיינערהייט דעם אייבערשטן מיט רחמנות.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה, פון דעם וועט איר שוין אליינס קענען צולייגן אייערע אייגענע ווערטער פון הארץ:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן און פאר מיין געטרייער מאן, איך דאנק דיר אז איך בין געזונט און מיין מאן איז געזונט; איך דאנק דיר אז איך ווארט למזל טוב, איך בעט דיר זייער, העלף מיר אז איך זאל זיין אינגאנצן געזונט, עס איז מיר שווער צו ליגן אין בעט און זיך נישט אזוי גוט שפירן; הייליגער באשעפער, איך גלייב אז אלעס איז פאר אונזער טובה, איך נעם אן אלעס וואס דו ברענגסט מיר, איך האב נישט קיין שום קשיות און שאלות. איך בעט דיר, העלף מיר אז איך זאל אריבער גיין די חדשים פון ווארטן גרינגערהייט, איך זאל האבן גרינגערהייט און איך זאל האבן געזונטע קינדער, ערליכע דורות".


פרובירטס מיט אלע כוחות זיך פרייליך צו מאכן וועט דאס אייך אינגאנצן אויסהיילן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, נאר שמחה איז די רפואה פאר אלע קרענק".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - אויב מ'וויל נחת פון די קינדער, דארף מען וויינען צום אייבערשטן
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט מיד ווערן פון בעטן דעם אייבערשטן, דאס איז די עצה פאר אייך און פאר אלע אידישע טאטעס און מאמעס וואס ווילן האבן נחת פון די קינדער; בעטן דעם אייבערשטער מיט הייסע טרערן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זיי צוריק ברענגען צו די וועג פון די תורה.


יעדע טרער וואס עלטערן וויינען צום אייבערשטן פאר זייערע דורות גייט ארויף זייער הויעך, ביז'ן אייבערשטן אליין, און ביים סוף זעט מען גרויסע ניסים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפילה, סימן נא): "תְּפִילָה שֶׁהִיא בִּדְמָעוֹת  - הִיא מִתְקַבֶּלֶת", תפילה וואס קומט מיט טרערן - ווערט אנגענומען.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט אז ווען ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן און ער האט געלערנט די זאך פון התבודדות ותפילה, האט ער זייער שטארק געוואלט זיך קענען אויסוויינען צום אייבערשטן; ווען ער פלעגט הערן קליינע קינדער וויינען פלעגט ער בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך אזוי וויינען צו דיר; דאס מיינט וויינען, איך וויל וויינען צו דיר אזוי ווי קליינע קינדער וויינען".


קוקטס גוט אויף זיי וועט איר זיי אלע מאכן פאר ערליכע אידן.

#81 - קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, שיק נישט אויף ברסלב
חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


                               יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב; אז זי וויל נאכנישט שיקן די קינדער אין ברסלב, זי שעמט זיך פון משפחה און פריינט – זאלסטו זיך נישט קריגן מיט איר.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע דורות, יעדן טאג זאלסטו מאכן א צייט צו דאווענען פאר דיינע דורות; זוך אויף א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו בעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז מיינע קינדער און מיינע אייניקלעך ביז סוף כל הדורות זאלן זיין ערליכע אידן, העלף מיר אז איך און מיין ווייב זאלן זיך נישט שעמען מיט'ן הייליגן רבי'ן, מיר זאלן קיינמאל נישט פארגעסן וואס דער רבי האט פאר אונז געטון און וואס ער טוט מיט אונז, מיר זאלן לעבן א שיינע לעבן".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#80 - אז דו ווילסט מאכן א לעבן, ביסטו געזונט און פריש
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, בחור, כעס, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור החשוב ... נרו יאיר.


דיין טאטע שרייבט מיר זייער שיינע זאכן אויף דיר, אז דו ביסט א קלוג קינד, א פרייליך קינד, נישט קיין פארשלאפענער; איך האב הנאה צו הערן אז דו פארשטייסט אן עסק, דו ביסט ווייט פון זיין א בטלן, דאס איז א סימן פון א געזונט קינד, אז מען האט ליב צו מאכן א לעבן.


יעדע זאך וואס דו דארפסט אין לעבן זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וואס מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען; אמאל באקומט מען דאס נאך איין מאל בעטן, אמאל נאך צוויי מאל און אמאל דארף מען אביסל ווארטן, אבער ביים סוף זעט מען גרויסע ניסים, מען באקומט וואס מען בעט.


איך ווייס מעשיות פון אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין געלט, זיי האבן זיך זייער געפלאגט; זיי פלעגן יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, אייגענע תפילות - אז דער אייבערשטער זאל זיי העלפן, ביז זיי זענען געווארן גרויסע עשירים, זיי האבן אלעס וואס זיי ווילן. אזוי אויך ווייס איך מעשיות פון ברסלב'ע חסידים וואס זיי האבן געוואלט האבן שיינע קארס, זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און וואונדער איז געשען, זיי האבן שיינע באקוועמע קארס. אזוי זענען דא טויזנטער מעשיות פון אלע סארט בקשות ווי מען ווערט געהאלפן דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן.


זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן ביי יעדע זאך; צום ביישפיל, ווען דו שפילסט א שפיל מיט דיינע חברים און דו ווילסט זייער שטארק אז דיין צד זאל געוואונען דעם שפיל, זאלסטו אינמיטן שפילן דעם שפיל בעטן א שטילע געבעט: "הייליגער באשעפער איך וויל געוואונען דעם שפיל, העלף מיר, העלף אונזער זייט מיר זאלן געוואונען", וועסטו זען עס וועט געשען וואונדער און דיין צד וועט געוואונען דעם שפיל. נאך א ביישפיל, אז דו ווילסט גיין אין א פלאץ שפילן און דו האסט נישט קיין וועג אהין צו גיין, אדער דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט גיין אהין, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "אייבערשטער מאך א נס אז איך זאל האבן א וועג צו קענען גיין שפילן; העלף מיר אז מיינע עלטערן זאלן מיר לאזן גיין", וועסטו זען אז עס וועט געשען ניסים, דו וועסט האבן א וועג; דיינע עלטערן וועלן דיר העלפן, זיי וועלן מיט גיין מיט דיר.


אזוי אויך בעט דעם אייבערשטן אויף דיינע שוועריקייטן; דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן כב) אז אין די יונגע יארן פלעגט ער זיך זייער שנעל אויפרעגן און ער פלעגט בעטן זייער אסאך דעם אייבערשטן אז ער זאל נישט האבן די מדה פון כעס, ער זאל זיך נישט אויפרעגן, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט אויסגעריסן זיינע שלעכטע נאטורן.


זיי מכבד דיין טאטע מאמע, אזוי ווי די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ", ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן וועט עסן פון די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - שטארק זיך אנצוהויבן נאכאמאל און נאכאמאל צו זיין ערליך
קדושה, בחור, התחזקות, סמארטפאון, התחדשות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט א טייערער בחור און א וואוילער בחור; לאז זיך נישט צעברעכן פונעם יצר הרע וואס רעדט דיר איין אז דו ביסט א פארפאלענער און דו וועסט שוין נישט זיין קיין ערליכער איד. דאס אליינס אז דו האלסט אין איין אוועק ווארפן דיין סמארטפאון איין מאל און נאכאמאל דאס ווייזט אז דו ווילסט זיין גוט.


קוק נישט אויף דעם וואס דו קויפסט זיך יעדע שטיק צייט נאכאמאל א נייע סמארטפאון צו קוקן עבירות, קוק אויף דאס וואס דו ווארפסט עס אוועק יעדע מאל נאכאמאל און נאכאמאל, דאס ווייזט אז דו ווילסט זיין גוט און אז דו ביסט גוט; דאס וואס דו קויפסט עס נאכאמאל און נאכאמאל און דו קוקסט עבירות, גילוי עריות רחמנא לצלן און דו פאלסט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה - דאס איז נישט דו, דאס איז דער יצר הרע וואס שלעפט דיר צוריק אין נעץ; ער וויל דיך נישט פארלירן, ער מיינט אז ער גייט דיר געוואונען, ער ווייסט נישט אז דו האסט שוין טועם געווען דעם רבי'ן און דו ווייסט שוין דעם סוד אז עס איז נישט דא קיין יאוש אויף די וועלט.


דעריבער טייערער ..., שטארק זיך און זיי נישט צעפאלן ביי דיר; זיי פרייליך, שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן, רעד צו אים, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים אז דו זאלסט נישט אוועק פאלן חס ושלום, דערצייל אים פונקטליך וויפיל סמארטפאונס דו האסט שוין געקויפט און וויפיל דו האסט שוין צעבראכן, זאג אים: "הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נישט אפלאזן דאס קוקן עבירות, איך בין אזוי צעבראכן פון דעם; יעדעס מאל קומט א פרישער יצר הרע, איך גיי שטילערהייט קויפן א סמארטפאון און איך באהאלט זיך מיט דעם, איך קוק ניאוף, איך קוק פאנאגראפיע רחמנא לצלן, און גלייך נאכדעם ווער איך אזוי צעבראכן און איך צעברעך דעם טעלעפאון, און ווען עס גייט אריבער א שטיק צייט טו איך דאס נאכאמאל, איך קויף זיך א טעלעפאון און איך קוק נאכאמאל און אזוי ווייטער, עס נעמט נישט קיין עק; טאטע זיסער, טאטע קרוין, העלף מיר! איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, עס גייט מיר אבער נישט, האב רחמנות אויף מיר!"


אז דו וועסט אזוי טון טאג נאך טאג וועסטו סוף כל סוף ארויס קריכן פון דעם.


 

#78 - שטארקט אייך מחנך צו זיין די קינדער אליין
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער שטארק, איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט אייער לעבן; אמת עס איז זייער שווער פאר אייך אין אייער מצב ווען איר זענט אליין, איר דארפט אליינס מחנך זיין די קינדער, נאכדעם וואס איר זענט צעטיילט פון אייער מאן. די גאנצע לאסט פון חינוך הבנים והבנות ליגט אויף אייך, וואס אפילו אין א געהעריגע פאל ווען מען איז צוזאמען מאן און ווייב קען מען זיך נישט אן עצה געבן מיט די קינדער, אידישע מאמעס פאלן פון די כוחות פון אויפציען די קינדער, ווער רעדט נאך ווען די קינדער ווערן גרויס און זיי הייבן אן שפירן ווי זיי זענען שוין דערוואקסן וכו' - איז זייער שווער מיט זיי, און אודאי אין אייער פאל ווען איר אליין דארפט זיי אויפציען מיט אזויפיל מי און פלאג; זאלט איר זיך שטארקן מיט אמונה.


ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם בילד איז אלעס אסאך גרינגער; ווען מען באשולדיגט זיך נישט, מען ווייסט אז אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, 'אלעס וואס איך לייד, מיינע אלע ווייטאגן קומט מיט א חשבון' - דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן. אזוי ווי דער מענטש וואס גייט צום דאקטער און דער דאקטער שניידט אים, ער אפערירט אים; ווילאנג דער מענטש ווייסט אז 'דאס איז מיין טובה; מיט'ן שניידן היילט מען מיר, מיט'ן שטעכן וועט מיר בעסער ווערן', געבט דאס אים כח זיך צו קענען שטארקן און נישט ברוגז ווערן אויפ'ן דאקטער; אזוי און נאך אסאך מער איז ווען מען לעבט מיט אמונה, מען שפירט ווי מען ליגט אין די הענט פונעם אייבערשטן, מען געדענקט שטענדיג 'אין עוד מלבדו, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער געבט לעבן און ער מאכט אלעס' – דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן.


ווען אייערע קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר אביסל וויינען צום אייבערשטן; וויינטס צו אים אזוי ווי איר וויינט אינעם בריוו וואס איר שרייבט מיר, זאגטס פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער איך דארף אביסל כח פון דיר, אייבערשטער איך האב נישט קיין מאן וואס זאל מיך שטארקן; אייבערשטער, אלע אידישע מאמעס וואס פאלן פון די כוחות האבן זייער מאן וואס שטארקט זיי; נאך א גאנצן טאג ארבעטן קומט דער מאן אהיים, ער רעדט שיין, ער שמייכלט און ער געבט ליבשאפט, דאס געבט כח פאר אידישע מאמעס; אייבערשטער איך האב דאס נישט, איך בין אליין, איך שפיר ווי איך קען נישט מער, איך ארבעט אזוי שווער צו ברענגען פרנסה, איך ארבעט אזוי שווער צו האלטן מיינע קינדער ערליך. די קינדער רעדן נישט שיין צו מיר, זיי זענען נעבעך צעבראכן פון די פרשה, זיי פאלגן מיר נישט; העלף מיר אייבערשטער, געב מיר א שמייכל, געב מיר ליבשאפט און געב מיר שטארקייט איך זאל האבן כח ווייטער זיי מחנך צו זיין".


יעדע תפילה גייט ארויף צום אייבערשטן, בפרט א תפילה פון א צעבראכענע הארץ - דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעמס תפילות, בפרט תפילות פון צעבראכענע הערצער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך, איר זאלט האבן כח ווייטער אויפצוציען אייערע קינדער און זען אסאך נחת פון זיי.

#77 - אז ס'איז דיר שווער כיבוד אב ואם וועסטו באקומען מער שכר דערויף
כיבוד אב ואם, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז עס איז דיר זייער שווער איינצוהאלטן די מצוה פון כיבוד אב ואם וועסטו באקומען מער שכר דערויף, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", ווי מער מען מוטשעט זיך צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן אלץ מער שכר באקומט מען.


וויסן זאלסטו אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה, דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליין; ווער עס שפעט פון זיינע עלטערן באקומט א ביטערע שטראף, אזוי ווי עס שטייט (משלי ל, יז): "עַיִן תִּלְעַג לְאָב", אן אויג וואס שפעט אפ פון זיין טאטע, "וְתָבוּז לִיקֲּהַת אֵם", און דער וואס שפעט אפ פון די קנייטשן פון זיין מאמע (ווען א מענטש ווערט עלטער ווערט דער פנים פול מיט קנייטשן), "יִקְּרוּהָ עֹרְבֵי נַחַל", זאלן קומען די רויב פויגל וואס זענען גרויסע אכזרים און אים אויסשטעכן די אויגן, "וְיֹאכְלוּהָ בְנֵי נָשֶׁר", און די אָדלער זאלן אים אויפעסן.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל מכבד זיין מיינע עלטערן, איך זאל זיי ליב האבן", דורכדעם וועסטו באקומען א חשק און א ווילן זיי צו מכבד זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - רייניגן דעם בית המדרש
שלום בית, בית המדרש, היטן די צייט, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן רייניגן דעם בית המדרש.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זען אז דער בית המדרש זאל זיין געאייגנט נאר פאר תורה ותפילה און זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן; איך וויל נישט מען זאל זיצן ביינאכט און פארברענען די צייט.


איך האב געשיקט אפאר בחורים זאלן מיר העלפן בויען דעם עירוב אין שטעטל, זיי האבן נישט וואו צו עסן, זאלסטו זיי לאזן עסן נאכטמאל אין בית המדרש אבער עס דארף זיין מיט א צייט, נישט זיי זאלן זיצן ביז שפעט אין די נאכט אריין פארברענען טייערע צייט; אפגערעדט אינגעלייט וואס די ווייב ווארט זיי אין שטוב, זיי דארפן אהיים גיין.


ווען דו רייניגסט דעם בית המדרש זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך רייניג דעם בית המדרש זאלסטו מיך רייניגן פון מיינע עבירות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך איז די שווערסטע זאך
שמחה, תשובה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כחות צו זיין פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך איז ער ערליך; ער טוט נישט קיין נארישקייטן און טוט נישט קיין עבירות.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע כחות צו זיין נאר פרייליך; עס איז א שווערע זאך, עס איז פון די שווערסטע עבודות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כ): "לִזְכּוֹת לְשִׂמְחָה זֶה קָשֶׁה וְכָבֵד לְהָאָדָם לִזְכּוֹת לָזֶה יוֹתֵר מִשְּׁאָר כָּל הָעֲבוֹדוֹת", זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך איז שווערער ווי צוצוקומען צו סיי וועלכע אנדערע עבודות; דער יצר הרע ציטערט פון שמחה ווייל שמחה פארברענט אים, ער האט נישט קיין שליטה אויף א פרייליכער מענטש, דער אייבערשטער היט דעם מענטש וואס איז פרייליך ער זאל נישט פאלן אין פגם הברית (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן קסט).


צייל נישט וויפיל טעג דו ביסט נישט פוגם וכו'; שוין צוויי וואכן נישט פוגם געווען, שוין דריי וואכן וכו', וכו'; קוק נישט אויף דעם, דו בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, פון היינט הויב איך אן זיין אן ערליכער איד".


איך ווארט דיר צו זען; ביי אונז דאנקט מען דעם אייבערשטן: "שֶׁשַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִּדְרָשׁ וְלֹא שַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי קְרוֹנוֹ"ת", וד"ל.


 

#74 - ס'איז דא א וועג צו ווערן א געזונטע פרוי
קדושה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי-קדושים, ד' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איר אליינס ווייסט נישט ווי קראנק איר זענט - אז איר ווילט נישט לעבן מיט אייער מאן, איר ווילט נאר לעבן מיט חבר'טעס רחמנא לצלן. די צרה איז א דאפעלטע, ווייל איר טראכט אז איר האט נישט קיין פראבלעם, איינער האט אייך פארדרייט דעם קאפ אז דאס איז בכלל נישט קיין עבירה, ווען דער הייליגער באשעפער זאגט פאר אונז אידישע קינדער (ויקרא יח, ג): "כְּמַעֲשֵׂה אֶרֶץ מִצְרַיִם אֲשֶׁר יְשַׁבְתֶּם בָּהּ לֹא תַעֲשׂוּ" איר זאלט זיך נישט פירן אזוי ווי די מצריים האבן זיך געפירט, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים יג, ז) אז דאס מיינט מען מעשה זנות.


די שאלה איז צי איר ווילט זיך בכלל אויסהיילן אדער איר ווילט בלייבן קראנק א גאנץ לעבן; אויב איר ווילט זיך היילן איז דא א וועג דאס צו היילן, איך האב שוין געזען אסאך פעלער פון אזעלכע מעשיות וואס מען איז געווען טויט קראנק אזוי ווי איר זענט און האבן זיך אויסגעהיילט נאר ווייל זיי האבן געוואלט, זיי האבן פארשטאנען אז זיי זענען אויף נישט א גוטע וועג, זיי זענען פשוט אריין געפאלן אין דעם אן וויסן, אבער אז איר ווילט בכלל נישט הערן אז דאס איז א גרויסע עבירה, איר האלט אייך פאר א חכמת, איר האט שלעכטע חבר'טעס וואס רעדן אנטקעגן די תורה און טייטשן אויס פסוקים לויט אייערע מניוולות - דעמאלט וועט איר זיך דארפן גט'ן.


עס קען זיין אז איר זענט נישט שולדיג, איר האט באקומען א פחד פון מענער צוליב אייער ברודער; אייער ברודער איז אייך נאכגעלאפן אלס מיידל, אייך און אלע אייערע געשוויסטער השם ישמרינו, ער האט ענק אלע באצווינגען רחמנא לצלן, דאס האט איבערגעלאזט א שרעק אין אייך פון מענער און ביז יעצט ווילט איר נישט וויסן פון קיין מאן, אבער אייער מאן איז זיכער נישט שולדיג, ער וויל לעבן אזוי ווי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, וועט מען זיך דעמאלט דארפן גט'ן; איך וועל נישט לאזן אייער טייערער מאן זיך אפליידן א גאנץ לעבן און בלייבן מיט אייך, נאר אויב איר זאגט אז איר ווילט ארויסגיין פון אייער מצב.


פון היינט זאלט איר יעדן טאג זאגן תהלים; זאגטס דעם יום תהילים יעדן טאג, דאס וועט זיין א תשובה פאר'ן זאגן אזא מיאוס'ע זאך אויף די הייליגע צדיקת רות. וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:) אז זי האט באקומען איר נאמען רות ווייל רות איז א לשון פון אנטרינקען, פון איר איז ארויסגעקומען דער צדיק דוד המלך וואס האט אנגעטריקען כביכול דעם אייבערשטן מיט שירות ותשבחות, ער האט געזינגען די הייליגע קאפיטלעך תהילים צום אייבערשטן; זאגטס דעם יום תהילים און ווען איר ענדיגט דעם יום זאלט איר זאגן די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין קראנק אין קאפ, איך וויל נישט לעבן מיט א מאן; איך האב חתונה געהאט אן א ווילן, מיינע עלטערן האבן מיר חתונה געמאכט, אבער איך וויל נישט לעבן מיט א מאן, איך וויל נישט זיין חתונה געהאט, איך וויל לעבן מיט חבר'טעס אזוי ווי די מצרי'שע פרויען און די געמיינע פעלקער לעבן.


הייליגער באשעפער איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין אזוי פארדרייט פון שלעכטע חבר'טעס; דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דאס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, איך בעט דיר אייבערשטער הייל מיר אויס פון מיין קראנקהייט, העלף מיר איך זאל וועלן זיין געזונט, איך זאל וועלן לעבן א אידישע לעבן, א ריינע לעבן און א געזונטע לעבן אזוי ווי דו האסט באשאפן די וועלט.


וואס בין איך שולדיג אייבערשטער אז איך בין קראנק אין קאפ, אלע מיינע געפילן זענען אויסגעדרייט? מיין ברודער האט מיר געפייניגט אלס מיידל, פון דעמאלט איז מיר אריין א פחד צו מענער, און היינט בין איך אזוי פארדרייט אז איך וויל שוין אזוי בלייבן. איך בין חתונה געהאט אבער איך וויל נישט זיין חתונה געהאט, איך האב א מאן אבער איך וויל נישט קיין מאן; איך בעט דיר אייבערשטער, דו קענסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו געבסט שכל און פארשטאנד, העלף מיר איך זאל ווערן א געזונטע פרוי.


אייבערשטער ראטעווע מיר, קוק מיין צעבראכענעם הארץ, איך אליינס וויל נישט די סארט לעבן; העלף מיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א געזונטע מאמע, א געזונטע פרוי; איך ווייס נישט וואס צו טון.


אייבערשטער הער צו מיין געבעט און מיין געוויין; העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בפרט דער הייליגער רבי - רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו און רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותו יגן עלינו, אמן".


אויך זאלט איר זאגן קאפיטל כט פון תהילים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט קאפיטל כט נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש; וועט דאס זיכער ארויס נעמען דעם רוח רעה, דער רוח הטומאה פון אייך, איר וועט ווערן אויסגעלייזט פון די קליפות און שדים וואס האבן אייך געפאנגען:


"מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה' בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַה' כָּבוֹד וָעֹז, הָבוּ לַה' כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ. קוֹל ה' עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים ה' עַל מַיִם רַבִּים. קוֹל ה' בַּכֹּחַ קוֹל ה' בֶּהָדָר. קוֹל ה' שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר ה' אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן. וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים. קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ. קוֹל ה' יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל ה' מִדְבַּר קָדֵשׁ, קוֹל ה' יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשֹׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד, ה' לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב ה' מֶלֶךְ לְעוֹלָם, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


אז איר וועט פאלגן וואס שטייט אין דעם בריוו, איר וועט ליינען דעם בריוו יעדן טאג, אפילו אפאר מאל א טאג - און זאגן די תפילה וועט איר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צוריק ווערן א געזונטע פרוי און א געטרייע ווייב צו אייער מאן, איר וועט לעבן א שיינע לעבן.

#73 - מ'דארף זיך זייער שטארקן זיך צו קענען דערהאלטן ביים הייליגן רבי'ן
שידוכים, התחזקות, חסידות ברסלב, התחדשות, תכלית, ישיבה, ראש ישיבה, תפלות אויף אידיש, מניעות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דא שרייבט צו דיר דיין "אלטער" ראש ישיבה.


איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר; איך פרעג זיך אלץ נאך ביי אנשי שלומינו צי דו קומסט דאווענען צווישן זיי, צי דו האסט נאך שייכות מיט'ן רבי'ן, אזוי ווי דו האסט געהאט אין דיינע יונגע יארן.


דעם פארגאנגענעם יום טוב פורים האט מיר איינער פון דיינע "נייע" חברים אריין געמורמלט אין אויער אין דיין נאמען אז דו בענקסט זיך צו דער "אלטער" ראש ישיבה, דו זאגסט אז דער ראש ישיבה איז שוין נישט וואס ער איז געווען אמאל. יענער אינגערמאן, דיין "נייע" חבר (וואס לויט ווי איך געדענק האסטו נישט געהאט מיט אים און מיט די אנדערע "נייע" חברים קיין שייכות אין ישיבה) – האט מיר נישט אפגעלאזט, א לאנגע צייט האט ער מיר געשריגן אין אויער אז דיין הארץ איז צעריסן, דיין הארץ איז צעפליקט, דו ווייסט נישט וואס איז געשען מיט'ן ראש ישיבה, ער איז שוין נישט דער "אלטער" ראש ישיבה.


טייערער ליבער הארציגער ברודער ... נרו יאיר, עס קען זיין אז דו דרייסט זיך נישט אזוי סאך אין ישיבה, דערפאר מיינסטו אז דער "אלטער" ראש ישיבה איז שוין נישט דא, וויל איך דיר מודיע זיין אז דער ראש ישיבה זיצט אין ישיבה פון שנת תשס"ט עד היום הזה, און וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף זיין גאנץ לעבן טון וואס מוהרא"ש האט אים געהייסן טון, מחזק זיין בחורים און אינגעלייט מיט אמונה פשוטה.


טייערער ברודער, איך וועל דיר זאגן צו וואס איך בענק זיך; איך בענק זיך צו מיין טייערער "אלטער" תלמיד ... וואס האט זיך "יא" געטוישט (איך האף אז דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך), איך בענק זיך צו מיין תלמיד וואס האט געברענט צום אייבערשטן, צו מיין תלמיד וואס האט געהאט שמירת עיניים, צו מיין תלמיד וואס האט נישט געהאט קיין שמוץ טעלעפאן ה' ישמרינו, איך בענק זיך צו מיין תלמיד וואס האט זיך מוסר נפש געווען יעדן טאג צו גיין אין מקוה און דאווענען מיט מנין, איך בענק זיך צו די תמימות, די אמונה, די זויבערקייט וכו', וכו'.


טייערער ..., פארוואס זאלסטו פארשווארצט ווערן זיבעציג יאר בזה העולם מיט נארישקייטן? וואס בלייבט דען פונעם מענטש? געב א קוק וואס גייט פאר יעצט אויף דער וועלט, ווער האט געקענט פאראויס טראכטן וואס וועט פאסירן? מען זעט אפן אז דער גאנצער מענטש מיט די גאנצע געלט איז איין גרויסער דמיון, נאר דאס אידישקייט בלייבט, נאר דאס נעמט מען מיט.


איך וויל דיר מחזק זיין אזוי ווי אמאל אין די "אלטע" גוטע צייטן ווען דער ראש ישיבה איז נאך געווען דער "אלטער" ראש ישיבה. הייב זיך אויף, באניי זיך, הויב אן גיין אויף די וועג פון רבי'ן, די וועג פון "התבודדות", וואס דאס איז די "אלטע" וועג; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך פיר אייך אויף א 'נייעם' וועג וואס איז אן 'אלטע' וועג פון אברהם, יצחק און יעקב וואס האבן געלעבט מיט די וועג פון התבודדות".


גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, זאלסט פארמאכן דיין טעלעפאן, זאלסט זיין אינגאנצן אליין און אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, זאג אים: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט פאר'תכל'עווען מיינע יארן מיט נארישקייטן, העלף מיר איך זאל האבן דעם געפיל צו רבי'ן, איך זאל האבן דעם געפיל צו צדיקים אזוי ווי אין אנהויב פון מיין התקרבות. רבונו של עולם, איך וויין צו דיר, איך פרעג זיך אליין: וואס גייט פאר? וואס איז געשען מיט מיר? אמאל פלעג איך ליב האבן תמימות'דיגע חברים, איך פלעג זיין א תמים, איך האב געאטעמט דעם רבי'ן, געאטעמט יראת שמים, פארוואס היינט האב איך נישט דעם געפיל? פארוואס לאך איך זיך אויס וכו', וכו'?"


פאלג מיר טייערער "אלטער" חבר, פיר זיך מיט דעם וועג וועסטו זיך אויפפרישן, דו וועסט זיין פריש, דו וועסט האבן דעם זיסן טעם אין לעבן וואס דו האסט געשפירט אמאל.


יעצט בשעת איך שרייב דיר כאפ איך זיך אז דו ביסט גערעכט, איך האב זיך יא געטוישט, איך בין נישט דער "אלטער" ראש ישיבה, איך דערמאן זיך ווי אמאל, יארן צוריק, פלעג איך זיך אנדערש פירן מיט תלמידים, ווען א תלמיד האט זיך געפירט נישט ווי עס דארף צו זיין פלעגט אים דער ראש ישיבה זאגן וואס ער האט אים געהאט צו זאגן, דער ראש ישיבה פלעגט זיין זייער שארף, אן קיין פשרות; אבער לעצטנס, די לעצטערע יארן האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מער שמייכלען און נישט זאגן וואס עס ליגט אויפ'ן הארץ.


איז יעצט אז איך הער פון דיינע "נייע" חברים אז דיין הארץ איז צעריסן, דו בענקסט זיך צו די אמאליגע צייטן, צו די "אלטע" צייטן; וועל איך דיר צוליב טון, איך וועל דיר זאגן וואס ליגט מיר דיר צו זאגן און אויפהערן שמייכלען און שווייגן.


געדענקסט ווען משניות איז געווען א טייל פון דיין קערפער? א טייל פון דיין נשמה? פארוואס זאלסטו דאס אראפלייגן און אפלאזן דיין נשמה?! געדענקסט ווען דו האסט זיך מוסר נפש געווען צו קומען רעדן מיט אנשי שלומינו? פארוואס זאלסטו זיך נישט דרייען מיט חברים וואס לעבן מיט'ן רבי'ן און מיט די עצות פון רבי'ן?!


דיין "נייער" חבר זאגט מיר אז איר טוט זיך צאמקומען, איך האב אים געזאגט אז איך האב הנאה וכו', אבער דיר זאג איך אז ווען מען קוקט אויף די חבורה קלעבט איינער מיט'ן צווייטן ווי עס קלעבן באנדלעך צום וואנט; הלוואי זאלסטו מאכן חבורות, זיך מחזק זיין מיט דיינע "אלטע" חברים און רופן דיין "אלטער" ראש ישיבה, וועסטו הערן פון אים די זעלבע דיבורים וואס דו האסט געהערט פאר יארן צוריק.


געדענקסט אוודאי ווער עס האט מקרב געווען דעם הייליגן רבי נתן צום הייליגן רבי'ן, עס איז געווען א וואוילער איד א גרויסער סוחר – ר' ליפא וועלכער האט געוואוינט אין נעמירוב, רבי נתן מיט זיין חבר רבי נפתלי האבן געזען ווי שיין ער דאווענט, מיט אזא זיסקייט, אזוי ווי איינער רעדט צו א חבר און בעט זיך ביי אים ער זאל אים העלפן. זיי זענען געוואויר געווארן אז ער איז א תלמיד פון רבי'ן זענען זיי געקומען און מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. יארן שפעטער איז ר' ליפא נתרחק געווארן און אפגעלאזט דעם רבי'ן. איינמאל האט רבי נתן באגעגנט דעם ר' ליפא און אים געפרעגט: "ליפא! עמנו הייתם! ביסט דאך געווען צוזאמען מיט מיר ביים רבי'ן, וואו ביסטו היינט?!" האט אים ר' ליפא געזאגט אז דער רבי האט אים פארשעמט.


וואס איז געווען די מעשה? ר' ליפא איז געווען אונטערוועגנס צו א יריד, אויפ'ן וועג האט ער געטראכט אז ער גייט זיך אפשטעלן און זיין אויף שבת ביים רבי'ן, מוצאי שבת ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה ווייל ער האט שוין געוואלט פארן צום יריד פארדינען געלט. דער רבי האט דאך אלעס געוואוסט ברוח הקודש, ער האט געשפירט אז ר' ליפא'ס קאפ איז נישט דא, עס איז ערגעץ ווייט אוועק, ביים מאכן געלט, האט אים דער רבי געזאגט הויך: "געלט איז אזא שטארקע אויגן פארבלענדעניש, עס לאכט און שמייכלט צום מענטש אין די יונגע יארן און ביים סוף הרג'עט עס דעם מענטש"; ר' ליפא האט זיך זייער פארשעמט, ער איז אוועק געגאנגען און מער נישט צוריק געקומען. אויף אים האט דער רבי געזאגט די שיחה (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך, "אֵיךְ מַשְׁלִיכִים", ווי אזוי קען א מענטש איבערלאזן, "חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", אזא טייערע באליבטע חבורה וכו', וכו'.


טייערער ברודער, טייערער תלמיד, טייערער חבר, דו ווייסט ווי שטארק דער סמ"ך מ"ם ימח שמו האט פיינט דעם רבי'ן? ער שטייט און לאקערט טאג און נאכט אויף יעדן איינעם פון אונז, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו.): "אִינְהוּ נְפִישִׁי מִינָן", זיי [די קליפות] זענען מער פון אונז, "וְקָיְימִי עֲלַן", און זיי שטייען אויף אונז "כִּי כִּסְלָא לְאוּגְיָא", אזוי ווי זאמד ארום א גרוב; אזוי שטייט דער סמ"ך מ"ם און לאקערט אויף יעדן פון אונז אים צו מרחק זיין פון רבי'ן, ער באווייזט זיך צו יעדן איינעם אויף אן אנדערע וועג. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע וועגן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן יצר הרע קומט ער צו מיר מיט א נייע וועג וואס איך האב נישט געקענט אויסטראכטן פון פאראויס".


דער יצר הרע האט מורא ווען מען לעבט מיט א צדיק, ווייל דער וואס לעבט מיט א צדיק לעבט; לעבן מיינט אז מען לעבט א לעבעדיגע לעבן, מען האט ליב די תורה, מען פריידט זיך צו גיין דאווענען, מען פריידט זיך פאר שבת, מען פריידט זיך פאר יום טוב וכו', וכו'; מען פארברענגט נישט די יארן מיט נארישקייטן, מען געבט נישט אוועק די טייערע צייט אויף צו קוקן אין טעלעפאן וכו', וכו'; דעריבער זוכט דער יצר הרע אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן, יעדן איינעם מיט א צווייטע וועג.


בעט איך דיר טייערער תלמיד, חזר זיך וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "לִפְעָמִים בָּא לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה, וְנַעֲשֶׂה בְּאוֹתוֹ שָׁעָה אִישׁ כָּשֵׁר", אמאל כאפט זיך אריין א גוטע געדאנק, א גוטע מחשבה אין א מענטש; דער מענטש וויל זיין גוט, ער וויל זיין ערליך, "וְאַחַר כָּךְ רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת עֻבְדָּא בַּאֲשֶׁר שֶׁנִּתְעוֹרֵר לִבּוֹ לִתְשׁוּבָה בְּכֵן רוֹצֶה לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", ער איז מחליט אז ער פארט צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ", נאכדעם ווען ער פארט שוין צום צדיק, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע, וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער מאכט אז דער מענטש זאל פארלירן דעם חשק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק", נאכדעם ווען דער מענטש איז שוין ביים צדיק, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר", איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים נאכמער, "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", און ער פארלירט דעם גאנצן חשק.


דאס איז וואס מען זעט כסדר און דאס איז מיין נסיון, ווייל דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו האבן די ישיבה שוין צוועלף יאר, פון שנת תשס"ט; עס קומען אריין בחורים, מען צינדט זיי אן, זיי הייבן אן ברענען און פלאקערן צום אייבערשטן, צום צדיק און צו די תורה, זיי שלאגן זיך מיט אלע מניעות וכו', וכו'; ביז שפעטער ווען מען איז זוכה אז מען קומט שוין צום צדיק, ווען דער רבי עפנט די טיר, דאס איז ווען מען האט חתונה, ווייל פאר די חתונה לאזט נישט דער רבי קומען; ביים רבי'ן האבן בחורים נישט געהאט קיין מקום, דער רבי פלעגט זאגן פאר בחורים: "דו וועסט צוריק קומען מיט א טלית".


קומט אויס אז ווען א בחור וועט מקורב, ער וויל, ער בענקט און גלוסט צו זיין אן ערליכער איד און עס גייט אים נישט, דער יצר הרע מוטשעט אים מיט שווערע נסיונות; ער פאלט אריין אין ביטערע שווערע עבירות, אין פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דעמאלט האט ער דעם חשק. אבער שפעטער ווען ער האט חתונה, פלוצלינג: "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר", שטארקט זיך דער יצר הרע און עס פאסירט דאס ערגסטע זאך וואס קען פאסירן פאר'ן מענטש - "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", ער פארלירט דעם גאנצן חשק.


דאס איז וואס מען זעט און מען האט געזען אלע יארן אין היכל הקודש; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג זאגן, א בחור האט א געפיל צום רבי'ן ווייל ער דארף חיזוק, שפעטער ווען מען האט חתונה הייבט זיך אן אלעס פון פריש, מען דארף נאכאמאל מקורב ווערן, מען דארף פון פריש וועלן זיין ערליך.


מיין נסיון איז אז מען שטייט און מען איז מחזק בחורים, מען געבט אוועק די לעבן, די ווייב, די קינדער און די געזונט, אלעס, אלעס פאר אנדערע, און שפעטער ווארט מען צו זען פירות, אבער עס פאסירט וואס דער רבי זאגט: "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", מען פארלירט די חשק, מען קילט זיך אפ וכו'; און אין די זעלבע צייט קומען פרישע בחורים, זיי בעטן חיזוק, זיי ווילן אוועק נעמען די צייט, די ווייב און די קינדער, און עס קומט אריין מחשבות: 'לאז אפ', 'פארמאך די טיר', 'א שאד די צייט'; דעמאלט דארף איך זיך שטארקן און נישט צוהערן די מחשבות, נאר פון פריש נעמען פרישע תלמידים און אנהייבן פונדאסניי.


דאס איז נאך א קליינע נסיון; נאכדעם איז דא א שטערקערע נסיון, עס איז זייער שווער צו טראכטן וואס צו טון דערצו. דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו מאכן שידוכים; דו נעמסט א טייערע וואוילע אומשולדיגע מיידל וואס וויל א ברסלב'ער בחור, זי וויל לעבן די שיינע זיסע לעבן אזוי ווי דער הייליגער "תם" האט געלעבט, און איך בין זיך מוסר נפש צו מאכן שידוכים; איך צוקריג זיך מיט אלעמען אבי צו מאכן א שידוך, און עס גייט אריבער א שטיק צייט און די ווייב הייבט אויף שטילערהייט א טעלעפאן און וויינט: "ראש ישיבה, מיין מאן איז נישט דער 'אלטער' מאן מיט וועם איך האב חתונה געהאט, ער האט זיך געטראפן 'נייע' חברים וואס שלעפן אים אין נישט גוטע פלעצער, ראש ישיבה – וויינט זי – צוליב דעם האב איך זיך געדארפט מוטשען צו באקומען א ברסלב'ער בחור וכו', וכו'?!" פון דעם ווערט מיר דאס הארץ זייער צעריסן און איך שטיי פאר א גרויסע נסיון ווען עס קומט נאך א מיידל און בעט: "ראש ישיבה, איך וויל די שיינע לעבן וואס איך הער ביי די שיעורים, איך וויל לעבן די זיסע לעבן פונעם תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' - מחכם ותם) וואס האט געשפירט אלע טעמים אין זיין ברויט און אלע טעמים און זיין וואסער וכו', וכו'", עס קומט אריין אין מחשבה: 'פארוואס זאל איך מאכן שידוכים ווען שטילערהייט וויינען פרויען, נאכדעם וואס זייערע מענער זענען אנגעקומען צו דאס וואס דער רבי זאגט: "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", די חשק, די גלוסטונג, די ווילן – האט זיך אויסגעלאשן?' וואס טו איך? איך גיי שטילערהייט צום אייבערשטן און וויין צו אים, איך וויין פאר אלע תלמידים, פאר אלע שידוכים און פאר אלע מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, איך בין מחזק שטילערהייט די ווייבער (פארוואס שטילערהייט? ווייל זיי האבן מורא וכו') אז זיי זאלן דאווענען און האבן סבלנות, זיי זאלן ווארטן און ווארטן און ווארטן און ווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן.


איך האב נאכנישט אנגעהויבן שרייבן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, איך שרייב דיר אביסל זאלסט וויסן וואס גייט אריבער אויף מיר; מיט דעם אלעם בין איך פרייליך, רוב טאג בין איך זייער פרייליך חוץ ווען איך גיי אביסל התבודדות דעמאלט וויין איך צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל גיין אויפ'ן אמת'ן וועג, העלף מיר איך זאל זיך נישט נארן, דער רבי זאגט ((שיחות הר"ן, סימן נא): 'די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן'; אפשר בין איך דער נאר פון וועם דער רבי רעדט? אפשר נאר איך זיך? רבונו של עולם איך וויל נאר דיר; איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר זען דיר, איך וויל נאר הערן דיר, העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן קיין איין רגע פון דיר; אפילו אלע רעדן פון דעם און פון יענעם זאל איך געדענקען אז דו ביסט מחי' ומהוה די גאנצע בריאה".


ליבער ברודער, עס בענקט צו דיר דיין "אלטער" ראש ישיבה וואס וויל טרעפן דעם "אלטן" תלמיד ... וואס פלעגט בלעטערן דעם משניות און גמרא; די משניות און גמרא האט געלעבט, עס איז געווען מיט א נשמה, מיט א הארץ. מאך אויך התבודדות, גיי אין א ווינקעלע און רעד צום אייבערשטן, וויין צו אים; אז דו קענסט נישט וויינען, דער הארץ איז דיר פארשטאפט פון הערן אזויפיל נארישקייטן, פון אויסהערן גוים טמאים – זייערע דיעות און עצות, צי אין ביזנעס צי סתם זאכן, זאלסטו רעדן קאלטע טרוקענע ווערטער ביז דער קוואל וועט זיך עפענען; עס וועט נישט גיין אין איין טאג און נישט אין איין וואך, דו וועסט דארפן גראבן און גראבן אזוי ווי מען גראבט א קוואל, מען גראבט און גראבט, אסאך מאל דארף מען גראבן גאר טיף ביז מען טרעפט וואסער; אזוי איז מיט רעדן צום אייבערשטן, א מענטש ווארט צו גיסן טרערן, אבער אסאך מאל שפירט מען פארלאשן און פארקלאפט, איז די עצה צו גראבן און גראבן, רעדן טריקענע ווערטער.


זאג: "רבונו של עולם, עס איז מיר פינסטער, איך בין פארלאשן, האב רחמנות אויף מיר", וועסטו מיט די צייט זוכה זיין צו קענען רעדן און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן.


איך האף אז נאכן ליינען דעם בריוו וועסטו זיך טרעפן מיט דיין "אלטער" ראש ישיבה, דו וועסט אנהייבן בענקען צו די תמימות'דיגע יארן. דו געדענקסט אוודאי דיין ראש ישיבה אז ער האט ליב תמימות, איך האב נישט ליב קיין לצנות, עד כדי כך אז ווען איך הער פון איינעם לצנות הייב איך זיך אן עקלען פון אים, איך עקל זיך פון לצנות, פון חוזק מאכן פון תמימים. דערפאר האב איך דיר אזוי ליב געהאט אלע יארן, ווייל איך האב ליב געהאט דיין תמימות. איך האף אז דו האסט דאס נאך אין דיר, עס איז נאך זיכער אין דיר, קען זיין אז עס איז פארדעקט געווארן מיט אסאך זאמד; מיט קוקן און הערן גוים טמאים, ערלים, פארשטאפטע הערצער – רעדן, זיך ווערטלען און זאגן עצות, מיט דעם אלעם גלייב איך אז מען קען טרעפן אונטער די זאמד דעם מים חיים, דער נחל נובע מקור חכמה.


איך דארף שוין לויפן צו מיינע בחורים, זיי ווייסן נישט פון "אלטע" ראש ישיבה – "נייער" ראש ישיבה, זיי דארפן חיזוק.


איך האף דיר נאך צו שרייבן מער באריכות.


דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר און בענקט צו דיר.

#72 - בעטן דעם אייבערשטן ס'זאל אריבערגיין בשלום
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי',


איך האב ערהאלטן די גוטע בשורה פון אייער מאן נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח אריבער צו גיין די אלע חדשים, עס זאל אייך גרינג אנקומען בגוף ובנפש.


מוהרא"ש זאגט אז דורכאויס די ניין חדשים וואס מען ווארט וכו' זאל מען יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן; מען זאל זאגן די נעמען פון די צדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו ניסים, מען זאל האבן דאס קינד גרינגערהייט.


דא האט איר א תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן נאכן זאגן די נעמען פון צדיקים:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


שטארקט זיך מיט אמונה וועט אלעס גיין גרינג.

#71 - אלעס וועט אריבער גיין בנקל ובנחת
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


זייטס נישט דערשראקן, דער אייבערשטער וועט העלפן אלעס וועט אריבער גיין בנקל ובנחת; בעטס דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן כבוד שמים זאל אלעס זיין גוט.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


חזר'טס אמונה; זינגטס ניגונים פון אמונה; רעדטס צו אלעמען פון אמונה - וועט ארויסגיין פון אייך אלע פחדים.