בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קומען שנעל צו דיינע כוחות
רפואה, תיקון חצות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'


געלויבט דעם אייבערשטן אז די אפעראציע איז אריבער בשלום; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קומען שנעל צו דיינע כוחות, זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטען געזונטערהייט און מיט הרחבת הדעת.


בנוגע זאגן תיקון חצות; געוואוין זיך צו זאגן פאר'ן גיין שלאפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.