בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - די שענסטע צייט פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן
בחור, הדרכות, תיקון חצות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ג אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גריסן אויף דיר פון דיין מגיד שיעור און פון דעם מנהל, זיי זאגן מיר אז דו פירסט זיך מיט יראת שמים און מיט גוטע מידות.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש זאגט בשם דעם צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכותו יגן עלינו, יעדע נאכט ביי חצות הלילה קען מען טרעפן דעם רבינ'ס נשמה ביים שער השמים, און אזוי טוען ברסלב'ער חסידים, זיי גייען צום שער השמים ביי חצות הלילה און זיי זענען זיך דארט מתבודד.


נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה ותפילה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע צייט פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן; יעצט איז דיין שענסטע צייט פון לעבן, זיץ אין ישיבה מיט א הויפן ספרים; א חומש, א משניות, גמרא, שלחן ערוך און דעם רבינ'ס ספרים, אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תיקונים; וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - אונזער וועג איז נישט פראטעסטירן, נאר וויינען צום אייבערשטן
ארץ ישראל, תיקון חצות, ערב רב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


אונזער וועג איז נישט פראטעסטירן, אונזער וועג איז תיקון חצות, התבודדות, ח"י פרקים משניות ושיעורים כסדרן אין יעדע חלק אין די תורה.


די ערב רב האבן געמאכט א חורבן אויף די וועלט, אויסגע'שמד'ט מיליאנען אידן, אויסגעריסן די תורה פון זיי, און אויך אויפגעהעצט אלע פעלקער קעגן אונז אידן, אבער הפגנות – איז נישט אונזער זאך; מיר דארפן זאגן תיקון חצות, וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף כלל ישראל און שיקן צדיקים זאלן צוריקקערן אלע אידן צום באשעפער.

#5 - עטליכע כללים וואס צו טון אין צייט פון מלחמה
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, הפצה, שיעורים כסדרן, נייעס, תיקון חצות, אחדות, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בראשית, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער אין ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


הדבר הראשון שטארקט אייך מיט אמונה, חזר'ט אייך 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז אין יעדע ארט, אלעס איז ער און קיין שום זאך קען פאסירן נאר וואס דער אייבערשטער מאכט'; מיט אמונה וועט איר זיך קענען האלטן רואיג.


געבט דאס איבער פאר אייערע קינדער. רעדט נישט מיט די קינדער קיין נייעס, רעדט מיט די קינדער אמונה, און ווען מען זעט און מען הערט די עראפלאנען זיך דרייען העכער די קעפ מיט שרעק, און ווען מען הערט ווי עס צופייפן זיך די פייפערס אז עס קומט עפעס וואס מען דארף זיך היטן - זאלט איר נישט לויפן מיט קיין בהלה, נאר טון וואס מען האט צו טון - זיך צו היטן און היטן די קינדער, און מיט א שמייכל, מיט שמחה - זאגן פאר די קינדער: "קיינער קען אונז נישט טון קיין שלעכטס, און קיינער קען אונז נישט טון קיין גוטס, דער אייבערשטער - ער איז מיט אונז".


הדבר השני, מיינע טייערע ברידער - הערט נישט קיין נייעס. דאס ביסל וואס איר דארפט וויסן אין א צייט פון מלחמה - זאלט איר הערן, אבער נישט זיצן אויף די נייעס, ווייל די נייעס איז ערגער פון די צרה אליינס, די נייעס נעמט אוועק די מוט, עס ווארפט אריין אין פחדים און שרעק השם ישמרינו. נישט קוקן קיין נייעס און זיכער נישט די בילדער און ווידיאוס פון רציחה; דאס איז נישט פאר א איד צו קוקן, דאס שאדט פארן נפש, עס שאדט פאר די הארץ; קוקן די ווידיאוס און קליפס - שעדיגט דאס איידעלע אידישע נפש, ודי למבין.


הדבר השלישי, יעדער איינער זאל זיך שטארקן מיט זיינע שיעורים כסדרן, מוסיף זיין נאך שיעורים. זיך מאכן א שיעור לערנען יעדן טאג חומש רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך א שיעור אין משניות, גורס זיין פרקים משניות, אחד המרבה ואחד הממעיט, ובלבד שיכוון לבו לשמים, אפילו בלי הבנה כלל, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדר וממילא יבין", מען דארף זאגן די ווערטער און ביים סוף וועט מען פארשטיין. אויך זאל מען זיך מאכן א שיעור אין גמרא, די הייליגע גמרא - דאס פארברענט אלע קליפות ומשחיתים, דאס היט דעם מענטש, 'נישטא אזא הייליגע זאך ווי א בלאט גמרא'; מאכט זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים.


הדבר הרביעי, זאלט איר אלע זאגן יעדע נאכט תיקון חצות און זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן פאר אידישע קינדער. רעדן גוטס אויף אידישע קינדער, און אויך אויף די וואס ווייסן נישט פון תורה ומצוות. מוהרא"ש זאגט, מען לייגט זיך היינטיגע טעג שפעט, זאל מען זאגן איידער מען גייט שלאפן נאך קריאת שמע שעל המיטה - תיקון חצות; עס נעמט נישט לאנג, עס איז אפאר קאפיטלעך תהילים מיט א שטיקל קינות, א שאד נישט צו זאגן און בעטן פאר גלות השכינה, פאר חילול שמו הגדול ותורתו הקדושה, דא האט איר די פאר קאפיטלעך פון חצות:


(קאפיטל קלז): "על נהרות בבל", (קאפיטל עט): "מזמור לאסף", נאכדעם די שטיקל פון איכה (קאפיטל ה): "זכור ה' מה היה לנו, הביטה וראה את חרפתינו", און די פסוקים פון נ"ך: "הבט משמים וראה", און נאכדעם תיקון לאה. עס נעמט נישט לאנג, עס איז נאך אפאר קאפיטלעך תהילים, (קאפיטל כד): "לדוד מזמור, לה' הארץ", (קאפיטל מב): "למנצח משכיל לבני קרח", (קאפיטל מג): "שפטני אלקים", (קאפיטל כ): "למנצח יענך", (קאפיטל סז): "למנצח בנגינות", (קאפיטל קיא): "הללויה אודה", (קאפיטל נא): "למנצח בבוא אליו נתן הנביא", (קאפיטל קכו): "שיר המעלות".


ועל כולם זיך מוחל זיין איינער מיטן צווייטן, נישט האלטן קיין פיינטשאפט איינער צום צווייטן. יעצט ווען אידישע קינדער זענען אין אן עת צרה, די פעלקער ווילן אונז אלע טון שלעכטס - דארפן מיר זיך האלטן באחדות.


אויך זאלט איר טראכטן 'ווי וואלט איך אויסגעזען אנעם רבי'ן אין אזא צייט? וואו וואלט איך געהאט חיזוק?' דארף דאס געבן כח פאר אלעמען עוסק זיין מער אין הפצה. שעמט אייך נישט און פוילט אייך נישט צו עוסק זיין אין פארשפרייטן די עצות און חיזוק פון רבי'ן, יעצט נעמען אלע, אפילו די וואס א גאנץ יאר זאגן זיי 'מיר האבן פון אונזער רבי, מיר דארפן נישט פון ענקער רבי'. יעצט איז א צייט וואס אלע רבי'ס באהאלטן זיך, קיינער רעדט נישט, קיינער ווייסט נישט וואס צו זאגן, יעצט דארפן אלע די רבי פון אלע רבי'ס, דער הייליגער רבי, דער ברסלב'ער רבי, רבינו נחמן בן פיגא - זאל אונז טרייסטן, אזוי ווי די תורה זאגט די וואך (בראשית ה, כט): "זֶה 'יְנַחֲמֵנוּ' מִמַּעֲשֵׂנוּ וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ", דער רבי טרייסט אונז פון עצבות און פון אלע שלעכטס.


מיינט נישט אז מיר זענען אין אמעריקע, מיר זענען מסודר, מיר ווייסן נישט וואס גייט אריבער; מיר זענען גוט צעבראכן, מיר זענען ברידער, פון אינמיטן אונזערע הקפות וואס מיר האבן געהערט אז שפכו דמים כמים סביבות ירושלים - זענען מיר אזוי צעקלאפט און צעשוידערט, מיר דאווענען, מיר זענען מתפלל אז משיח זאל שוין קומען, עס זאל נישט זיין מער קיין מלחמות און אלע אידן זאלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


דער שלטון המינות איז צעזעצט געווארן, אלע וואס האבן געזינגען 'מיר האבן א מיליטער, מיר האבן געווער' - זענען מיט די צינג אינדרויסן (איך רעד נישט פון די תינוקות שנשבו, איך רעד פון די פרומע נאכשלעפער וואס פאר אביסל געלט זיצן זיי אין די כנסת המינים ה' ישמרינו), נישטא קיין מיליטער, נישטא קיין געווער, דאס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי דער נביא זאגט (זכרי' ד, ו): "לֹא בְחַיִל וְלֹא בְכֹחַ, כִּי אִם בְּרוּחִי, אָמַר ה' צְבָקוֹת".


חזר'ט די פאר כללים וואס איך בעט ענק, וועט ענק גוט זיין בזה ובבא.


א גוט שבת.

#4 - א באזונדערע ברכה אויף די טעכטער, זיי זאלן זיין ערליך און הייליג
תפילה והתבודדות, חברים, חינוך הילדים, קברי צדיקים, מוסדות, הכרת הטוב, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, תיקון חצות, פרויען צאמקום, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך געווען אין מאנסי, איך האב געהאט א חתונה פון א תלמיד הישיבה. איך בין געווען זייער שוואך, דאך בין איך געפארן ווייל דער חתן איז מיר זייער נאנט. אויך זיין טאטע האט זייער משמש געווען מוהרא"ש, בפרט די לעצטע פאר יאר פון די הארץ אטאקע האט ער זיך זייער אוועקגעגעבן פאר מוהרא"ש, בין איך געפארן צו די חתונה. נאכדעם בין איך געגאנגען צום ריבניצער רבי'ס ציון, איך האב דארט זיך גוט מתבודד געווען און געזאגט תיקון חצות.


היינט אינדערפרי האב איך זיך זייער נישט גוט געשפירט, איך בין זייער פארקילט איך הער נישט אויף צו היסן. ברוך השם יעצט איז שוין אביסל בעסער, בין איך געקומען אין ישיבה. איך האב פארגעלערנט דעם בלאט גמרא, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל זיך גוט שפירן.


מארגן נאכט וועלן אלע מאמעס פון שטעטל זיך צאמקומען אין סקול רעדן מיט די לערערינס און הערן שיינע הדרכות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די טעכטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): "וְיִשְׁמְרֶךָ" מיינט מען "בְּבָנוֹת", מען דארף א באזונדערע ברכה אויף די טעכטער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג. זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען זיין צייטליך. אויך וועט מען אויפשפילן א דרשה, וויכטיגע זאכן וואס איך האב צו זאגן פאר די מאמעס בנוגע די חינוך פאר אונזערע קינדער.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. אפילו דו פארשטייסט נאכנישט וואס דו זאגסט, זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא; די תורה וועט דיך אפוואשן אינגאנצן פון דיינע עבירות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער אלע קליפות; מוהרא"ש זאגט, מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, דער יצר הרע לאזט אלעס טון - אויסער עפענען די הייליגע גמרא, ער האט זייער מורא אויב דער מענטש וועט לערנען גמרא, ווייל דאס פארברענט אים אינגאנצן.


גיי אביסל זיך מתבודד זיין, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר. לאז דיך אפ פון מענטשן, מענטשן וועלן דיר נישט העלפן, מענטשן קענען דיר נישט העלפן; א שאד זיך פארלאזן אויף א בשר ודם. גיי צום אייבערשטן, בעט אים אלעס; שעם זיך נישט, רעד צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט - וועט זיך אלעס טוישן ביי דיר צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - מסיים געווען די פערטע מאל ששה סדרי משנה
סיום, משניות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, מנהגים, תיקון חצות, שמיטה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); דו האסט מסיים געווען די פערטע מאל ששה סדרי משנה.


שטארק זיך און זיי ממשיך מיט'ן לערנען משניות, אזוי אויך זאלסטו לערנען מקרא, גמרא, הלכה און מדרש. ביי אלע שיעורים זאלסטו זיך נישט אפשטעלן אויב דו פארשטייסט נישט, נאר לערנען אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין שיחות הר"ן (סימן עו), דער לשון פון הייליגן רבי'ן: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד", מען דארף נישט ביים לערנען, "רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר וּמִמֵּילָא יָבִין", נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, און צום סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל די מעלה פון לערנען אסאך שטייגט אלעס איבער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, ווייל אזוי איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


בנוגע זאגן תיקון חצות אין שנת השמיטה; מוהרא"ש זאגט אז אונזער מנהג איז יא צו זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2 - דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קומען שנעל צו דיינע כוחות
רפואה, תיקון חצות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'


געלויבט דעם אייבערשטן אז די אפעראציע איז אריבער בשלום; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קומען שנעל צו דיינע כוחות, זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטען געזונטערהייט און מיט הרחבת הדעת.


בנוגע זאגן תיקון חצות; געוואוין זיך צו זאגן פאר'ן גיין שלאפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1 - די ליכטיגקייט ביים הייליגן רבינ'ס ציון מיט מיין אינגל
חינוך הילדים, תהלים, אומאן, תיקון חצות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג צוריק פון רבינ'ס ציון; איך האב גענומען מיין זון ... נרו יאיר פאר די זיבן יאר.


איך בין ארויסגעפארן דינסטאג פארנאכטס; יעצט איז נישטא קיין פליגערס וואס פארן גלייך קיין קיעוו, מיר האבן געמאכט א סטאפ אין אמסטערדאם און מיטוואך פארמיטאג זענען מיר אנגעקומען קיין קיעוו.


מיר זענען אנגעקומען קיין אומאן מיטוואך ביינאכט, איך האב געלייגט שלאפן מיין זון און איך בין געגאנגען אין מקוה. איך בין אליינס געגאנגען צום ציון, געגעבן א פרוטה לזכות דעם רבי'ן און געזאגט די צען קאפיטלעך מיט די תפלה פון רבי נתן. נאכדעם האב איך געקלערט: 'איך האב נאך אסאך צייט ביז צוויי אזייגער פארטאגס ווען איך וועל צוריק גיין צו די דירה אויפוועקן מיין זון, ווייל פיר אזייגער דארפן מיר שוין צוריק פארן קיין קיעוו; וועל איך אויסזאגן גאנץ ספר תהלים'.


איך האב אנגעהויבן תהלים; ווען איך זאג תהלים זינג איך עס פאר מיר מיט א ניגון, יעדע מאל אן אנדערע ניגון; איך האב ליב דעם קארלינער ניגון - דאס וואס די וועלט זינגט אויף 'קה אכסוף', איך האב זיך מחי' געווען זינגענדיג די קאפיטלעך, ביז איך בין אנגעקומען צו קאפיטל כה, פסוק ה' וואו עס האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זייער געוויינט; איך האב נישט געקענט ווייטער ממשיך זיין ארויסרעדן אפילו א ווארט, איך האב זייער געוויינט און געבעטן די ווערטער: "הַדְרִיכֵנִי בַאֲמִתֶּךָ וְלַמְּדֵנִי, רבונו של עולם, ווייז מיר דעם אמת'ן וועג, לערן מיר דעם אמת; העלף מיר איך זאל וויסן וואס צו טון, זיך נישט לאזן נארן", איך האב זיך נישט געקענט געזעגענען פון די ווערטער, ביז עס איז שפעט געווארן און איך בין געגאנגען אויפוועקן מיין זון אים נעמען אין מקוה און זאגן די תיקון הכללי.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט אויך נעמען א תהלים און זאגן קאפיטלעך ביז דאס הארץ וועט זיך דיר עפענען, דו וועסט זיך קענען אביסל אויסרעדן דאס הארץ.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רעג) אז א ניגון האט א כח צו עפענען דאס הארץ; דערפאר זאג איך תהלים מיט א ניגון, אמאל 'קה אכסוף', אמאל מיט אנדערע הארציגע ניגונים, מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל קענען רעדן צו אים און ווען עס עפנט זיך דאס הארץ דארף מען שוין גארנישט, דעמאלט וויל מען נאר אביסל נאנטקייט צום אייבערשטן, אביסל שפירן דעם אייבערשטן.


איך בין צוריק צו די דירה נעמען מיין זון אין מקוה און מיר זענען געגאנגען צום ציון. ווען איך בין אריינגעקומען צום ציון דעם צווייטן מאל מיט מיין זון האב איך געשפירט א שטארקע ליכטיגקייט, אנדערש ווי דאס ערשטע מאל ווען איך בין אליינס געגאנגען, (איך טראכט ווייל איך האב שוין אראפגענומען די שטיינער פון מיין הארץ). מיר האבן געגעבן א פרוטה לצדקה און אנגעהויבן זאגן ווארט ביי ווארט די צען קאפיטלעך, איך האב פארגעזאגט און זיי האבן נאכגעזאגט (מיין זון מיט נאך צוויי קינדער), עס איז געווען א גרויסע גערידער ביים ציון, עס זיצן דארט בחורים, זיי זינגען און קלאפן, עס איז געווען אביסל שווער, בפרט פאר די קינדער; קינדער האבן ליב אינטערעסאנטע זאכן, יעדע מינוט האב איך זיי געדארפט צוריק ברענגען פון זייער חלום וכו', עס איז געווען שווער אבער ליכטיג.


מיר האבן געענדיגט די צען קאפיטלעך, בין איך צוגעגאנגען מיט מיין זון צום ציון און מיר האבן געזאגט: "רבי, איך בין ..., איך בין געקומען צו דיר פאר די זיבן יאר ווייל דו האסט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיז) אז ווער עס וועט קומען צו דיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד, אן קיין עבירות; העלף מיר רבי איך זאל זוכה זיין חתונה צו האבן ריינערהייט אן קיין עבירות", אזוי האבן מיר אינאיינעם געבעטן א שטיק צייט.


נאכדעם האב איך זוכה געווען צו זאגן תיקון חצות ביים ציון, קודם תיקון רחל און נאכדעם תיקון לאה, איך האב זיך גוט אויסגעוויינט. דערנאך האב איך געזאגט דעם שיר דודי ירד לגנו, דער רבי האט דאס זייער אויסגעלויבט (שיחות הר"ן, סימן רסח), עס איז געבויט אזוי ווי א ויכוח צווישן אידישע קינדער מיט'ן אייבערשטן; איך האב דאס געזינגען מיט'ן נוסח פון אנשי שלומינו, די ווערטער, די טייטש און די נוסח אינאיינעם שיינט אריין אין די פארשטאפסטע הארץ.


וואס זאל איך דיר זאגן? איין ווארט איז דא צו זאגן, "אשרינו!" וואויל איז אונזער חלק אז מיר האבן א רבי וואס האט זיך פאר אונז מוסר נפש געווען מיר זאלן האבן א שטיקל געפיל צו רוחניות; מיר זענען דאך אזוי פארגרעבט, אזוי פארשמירט, מיר זענען ווייט פון איידלקייט און דער רבי קומט און לאזט זיך אראפ צו אונז, ער הייבט אונז אויף צו די גרעסטע מדריגות.


ברודער, זיי זיך נישט מייאש, נעם דעם רבינ'ס עצות, גיי אביסל התבודדות וועסטו פאר'מיאוס'ן די גאנצע וועלט, דו וועסט וועלן איין זאך, זיין נאנט צום אייבערשטן.