בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער אייבערשטער טוט נישט קיין אומרעכט
אמונה, צדיקים, חשבון הנפש, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יב, ה): "מַחְשְׁבוֹת צַדִּיקִים", די געדאנקען פון צדיקים – "מִשְׁפָּט", איז צו טון גערעכטיגקייט, "תַּחְבֻּלוֹת רְשָׁעִים", די געדאנקען פון רשעים – "מִרְמָה", איז פאלשקייט.


מען קען זאגן נאך א פשט, דער צדיק לעבט אמונה, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, ד): "וְצַדִּיק בֶּאֱמוּנָתוֹ יִחְיֶה", ער ווייסט אז דער אייבערשטער טוט נישט קיין אומרעכט, אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז בצדק ובמשפט, און ווען עפעס פאסירט ווייסט ער אז דאס איז מיט א חשבון צדק און ער איז נישט חשוד "דְעָבִיד דִּינָא בְּלֹא דִינָא" (ברכות ה:), דער אייבערשטער ברענגט נישט קיין שטראף ווען עס קומט נישט, אלעס אלעס איז פינקטליך מיט אן אויסגערעכנטקייט; דאס זאגט דער פסוק, 'מַחְשְׁבוֹת צַדִּיקִים', די געדאנקען פונעם צדיק, 'מִשְׁפָּט', איז אז דער אייבערשטער טוט אלעס מיט משפט, אזוי ווי מען האט געזען ביי צדיקים, ווען עס האט פאסירט עפעס שלעכט, פון א קלייניקייט ביז א גרויסע זאך, האבן זיי אלץ געזאגט: "צדיק הוא ה', דער אייבערשטער איז גערעכט".


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט זיך אמאל זיין קנעפל צוריסן און אראפגעפאלן, האט דער הייליגער חתם סופר געזאגט: "איך ווייס פארוואס עס קומט מיר", ווייל די צדיקים לעבן מיט חשבון הנפש, מה שאין כן די רשעים, וואס האבן נישט קיין אמונה, זיי זאגן אז אלעס איז מרמה, אלעס איז פאלש חס ושלום.


וואויל איז דעם וואס איז דבוק צום צדיק אמת, וועט ער זוכה זיין צו אמונה, והבן למעשה.