בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - דער אייבערשטער וויל מיר נאר אויפוועקן
אמונה, משמש דעם רבי'ן, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה, גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט – איז נאר פאר גוטס, נישטא קיין טעותים, נישטא קיין פערצופאל. די הייליגע חכמים זאגן (חולין ז.): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה", מען כאפט נישט קיין קלאפ אין פינגער, "אֶלָא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", נאר אז מען רופט אויס אין הימל 'פלוני אלמוני זאל כאפן א קלאפ אין פינגער, אין פיס'; נישט נאר עס איז נישט קיין פערצופאל, נאר מען רופט גאר אויס די נאמען; ווער רופט אויס מיין נאמען? וואו רופט מען אויס מיין נאמען? אין הימל, בהשגחה פרטית; דארף דאס אויפהייבן און נישט אראפווארפן, דאס דארף שטארקן, אז 'דער אייבערשטער מאכט מיט מיר זאכן אז איך זאל זיך אויפוועקן און צוריק קומען צו אים'.


געב איבער א גרויסן דאנק פאר דיין ווייב תחי' פארן זיך מתנדב זיין צו העלפן אין בית פיגא באקוקן די האר פון די קינדער, מאכן זיכער אז עס נישטא קיין לייז וכו', יעדע זאך וואס מען טוט פארן רבי'ן, ובפרט פאר די מוסדות – איז אן אייביגע זכות.


אויך א דאנק פאר וואס זי געבט אוועק אירע נעכט צו העלפן אין די מקוה טהרה, דאס איז וואס ענק וועלן מיט ענק מיטנעמען.

#8 - מאך זיך א שיעור אין דעם קליינעם ספר צוואת מוהרא"ש
אמונה, התחזקות, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, השגחה פרטית, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון אזא רבי, אזא רחמנות'דיגער רבי, אזא דערבארעמדיגער רבי וואס איז אונז מחי' און מחזק א גאנצן צייט, און פאר זיינע הייליגע תלמידים וואס שיינען אונז א ליכטיגקייט, מיר זאלן זיך מחזק זיין שטענדיג מיט אמונה.


דו האסט אזויפיל סטרעס און אזויפיל זאכן וואס גייען דיר נישט ווי דו ווילסט, אפשר איז כדאי זאלסט זיך חזר'ן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן אין זיין צוואה; די ווערטער וועלן דיר זיכער אריינבלאזן פרישע כוחות און דו וועסט באקומען א שטארקע אמונה.


מוהרא"ש בעט אונז (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דָאס לֶעבְּן פוּן אַ מֶענְטְשׁ אוֹיף דִי וֶועלְט אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער אוּן בִּיטֶער, מֶען פְּרוּבִּירְט אוֹיס יֶעדְן מֶענְטְשׁ מִיט אַנְדֶערֶע שְׁוֶוערֶע נִסְיוֹנוֹת, אוּן דָאס אַלֶעס אִיז נָאר מִיטְן צִיל צוּ זֶען צוּ וֶועם דֶער מֶענְטְשׁ וֶועט זִיךְ וֶוענְדְן וֶוען עֶס קוּמְט אוֹיף אִים אַ צָרָה.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט לָאזְן צוּבְּרֶעכְן פוּן קַיין שׁוּם שְׁוֶוערִיקֵייט וָואס גֵייט אוֹיף אַייךְ אַרִיבֶּער סֵיי בְּגַשְׁמִיוּת אוּן סֵיי בְּרוּחֲנִיוּת. אִיר זָאלְט אַייךְ פְּרוּבִּירְן צוּ הַאלְטְן פְרֵיילִיךְ אוּן לוּסְטִיג דֶעם גַאנְצְן לֶעבְּן. שִׂמְחָה אִיז דֶער כֵּלִי אַרָאפּ צוּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע יְשׁוּעוֹת אוּן רְפוּאוֹת. וִוי מֶער פְרֵיילִיךְ אַ מֶענְטְשׁ אִיז, אַלְץ אַ גְרֶעסֶערֶע אוּן שֶׁענֶערֶע יְשׁוּעָה בְּרֶענְגְט עֶר אַרָאפּ. שִׂמְחָה בְּרֶענְגְט פַאר אַ מֶענְטְשׁ הַרְחָבַת הַדַעַת, אוּן וֶוען מֶען הָאט הַרְחָבַת הַדַעַת קֶען מֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע גוּטֶע זַאכְן וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער שִׁיקְט, מֶען קֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע רוּחְנִיוּת'דִיגֶע אוֹרוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


דֶער אֱמֶת אִיז אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן אוּן עֶר דֶערְהַאלְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, עֶר פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן דָאס אַלֶעס וָואס גֵייט אַרִיבֶּער אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ צָרוֹת אוּן יִסוּרִים אִיז נָאר צוּ אוֹיסְלַייטֶערְן דֶעם מֶענְטְשׁ. דֶער מֶענְטְשׁ הָאט אַ שְׁוֶוערֶע גוּף, וָואס מֶען קֶען נִישְׁט אוֹיסְלַייטֶערְן נָאר דוּרְךְ שְׁוֶוערִיקַייטְן אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן וֶוען אִיר הָאט יִסוּרִים, חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרֵאשִׁית רַבָּה ט) "טוֹב מְאֹד זוּ מִדַת יִסּוּרִין, שֶׁעַל יָדֶיהָ הַבְּרִיוֹת בָּאִים לְחַיֵי עוֹלָם הַבָּא" - דִי יִסוּרִים וָואס אַ מֶענְטְשׁ הָאט, אִיז זֵייעֶר גוּט פַאר אִים, וַוייל דָאס בְּרֶענְגְט אִים צוּ חַיֵי עוֹלָם הַבָּא. דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן אַז אִיר בַּאקוּמְט דִי יִסוּרִים וָואס וֶועט אוֹיסְלַייטֶערְן אֵייעֶר גוּף פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן וָואס הָאבְּן זִיךְ אָנְגֶעקְלֶעבְּט אִין אִיר.


גֶעדֶענְקְט גוּט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת ה.) כָּל שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָפֵץ בּוֹ, מְדַכְּאוֹ בְּיִסּוּרִין. וְאִם קִבְּלוֹ בְּאַהֲבָה, יִרְאֶה זֶרַע יַאֲרִיךְ יָמִים" - וֶועם דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט לִיבּ, שִׁיקְט עֶר אִים יִסוּרִים, אוּן אוֹיבּ דֶער מֶענְטְשׁ אִיז עֶס מְקַבֵּל בְּאַהֲבָה, וֶועט עֶר הָאבְּן גוּטֶע קִינְדֶער אוּן אַ לַאנְג לֶעבְּן.


מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן נָאר דָאס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא תֵצֵא) "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחְזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי וָאֶתְחַנַּן) "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבִּיְסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס אָפְּמֶעקְן אַלֶע זַיינֶע עֲבֵירוֹת.


*


איך האב דיר מעתיק געווען א חלק פון די אות; הלואי וואלסטו זיך געמאכט א שיעור אין דעם קליינעם ספר צוואת מוהרא"ש, און דאס געלערנט - וואלסטו נישט אזוי צעבראכן געווארן פון יעדע זאך וואס גייט אויף דיר איבער.


בנוגע דעם קאמפיין; איך האף דו וועסט העלפן צוזאמנעמען געלט פאר דיין מוסד, איך האף דו שעמסט זיך נישט מיט מיר און דו וועסט בעטן אלע דיינע באקאנטע זאלן העלפן דיין מוסד.


היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין שטעטל, אין בית המדרש היכל ראזענבערג הינטן ביי די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#7 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#6 - דרוקן נאך "מעשה'לעך פאר קינדערלעך"
קינדער, אמונה, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, השגחה פרטית, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך און זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, אריינברענגען אין די וועלט דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועג ווי אזוי מיר האבן דאס מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. די נייע וועכנטליכע קונטרסים, עצתו אמונה, איש אמונות - זענען מחי' טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט; דו האסט נישט קיין אנונג וואס דאס טוט, וויפיל מענטשן באקומען לעבן פון דעם.


איך וויל דיר זייער בעטן, עס איז ענדערש דו זאלסט זיך אריינלייגן צו ענדיגן די מעשה'לעך פאר קינדערלעך - ווי אנדערע זאכן. ווייל די מפיצים זאגן פה אחד אז די קונטרס "מעשה'לעך פאר קינדערלעך" גייט די מערסטע ביי די הייזער, אלע נעמען דאס.


וויל איך דיר בעטן, היות דו האסט זיך פארגענומען דאס יאר ארויסצוגעבן יעדע חודש א פרישע ספר, זאלסטו לייגן אלעס אין דער זייט און ארויסגעבן יעדע חודש נאך א מעשה'לעך. דאס וועט אריינברענגען אין קינדער אמונה מיט יראת שמים; די מעשיות זענען נישט סתם מעשיות, די מעשיות זענען מעשיות וואס יעדע קינד קען נאכמאכן, מעשיות פון צדיקים ווי אזוי די צדיקים זענען געווארן צדיקים. זארג נישט פאר געלט, איך וועל דיר העלפן דאס דרוקן.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די עצתו אמנה פאר קינדער.


די נאמען פון די מעשה איז "אלעס האט א חשבון".


אההה קוק... די פייגל איז טויט...!


פינקט ווען דער בעל עגלה האט אויפגעהויבן די רוט צו שמייסן די פערד - איז דאס פייגן אריבערגעפלויגן און געכאפט א שמייס פונעם רוט און איז אראפגעפאלן טויט... אזוי אינטערעסאנט...


די מעשה האט פאסירט ווען דער הייליגער צדיק רבי נחום פון טשערנאביל זכותו יגן עלינו איז אמאל געקומען צו פארן קיין מעזיבוזש צום ציון פון זיין הייליגע רבי, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


דער צדיק וויינט ביים קבר פון בעל שם טוב, ער בעט דעם אייבערשטן פאר אידישע קינדער, אלע אידן זאלן האבן פרנסה, אלע אידן זאלן זיין געזונט און האבן ישועות. דער קבר פון בעל שם טוב איז זייער הייליג, עס קומען אהין זייער אסאך אידן מתפלל זיין.


ווען דער הייליגער צדיק רבי נחום טשערנאבלער איז ארויף אויפ'ן וואגן אהיים צו פארן איז דער רבי געשטאנען פון דער זייט און געקוקט אויפ'ן הייליגן צדיק, און אין די מינוט וואס דער בעל עגלה האט אויפגעהויבן די רוט צו שמייסן די פערד - איז אריבערגעפלויגן א פייגל, עס האט געכאפט דעם שמייס און איז אראפגעפאלן טויט, דער הייליגער רבי רופט זיך אן הויך: "עס איז אים געקומען".


ווען דער צדיק רבי נחום מטשערנאביל האט דאס געהערט איז אים דאס זייער געפאלן, און ער האט געזאגט דאס וואס שטייט אין פסוק אויף דוד המלך: "יְפֵה עֵינַיִם", ער האט געהאט שיינע אויגן, "וְטוֹב רֹאִי", און א גוטע אויסזען, דאס איז געזאגט געווארן אויף דעם קינד, ווייל ער זעט גוט; ווייל די פייגל איז געווען א גלגול פון א  נשמה וואס האט יעצט באקומען איר תיקון.


פון די מעשה זען מיר אז יעדע זאך האט א חשבון, קיין שום זאך פאסירט נישט נאר אויב דאס איז אנגעשריבן פון הימל עס זאל אזוי פאסירן, און דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו, ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד - האט ער שוין געזען וואס טוט זיך מיט נשמות און גלגולים.


אזוי אויך מיר, אפילו מיר זעען נישט די זאכן, אבער מיר דארפן האבן א שטארקע אמונה צו גלייבן און פארשטיין, אזוי ווי די פייגל האט געכאפט א שמייס און געשטארבן - איז דאס איר געקומען, אזוי אויך יעדע זאך וואס פאסירט - האט א חשבון, און מיר זאלן קיינמאל נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן.


אלע קינדער זינגען אינאיינעם: "באשעפער איך בעט דיר, איך זאל אייביג נאר גיין צו דיר, און נישט האבן קיין קשיות אויף דיר".


 בעט דעם מעלער ער זאל מאכן א בילד ווי מען זעט א וואגן, א בעל עגלה מיט א רוט. דער צדיק זיצט אין וואגן, נעבן וואגן שטייט א קינד מיט צוויי שיינע פיאות, און א פייגל אין די לופט איבערגעדריידט און פאלט אראפ נעבן די רוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - אז די וואסער האט זיך אויסגעקלארט איז א סימן אז מען לעבט בשלום
שלום, אומאן, סכנה, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך פריי זיך צו הערן אז די וואסער אין בית הדפוס איז שוין ריין און זויבער, ווייל די גאנצע צייט וואס די וואסער איז געווען שמוציג - האט דאס געוויזן אויף נישט א גוטע זאך.


יעדע זאך קומט אונז עפעס ווייזן, יעדע זאך לערנט אונז עפעס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שלום, סימן יא): "עֲכִירַת הַמַּיִם", שמוציגע וואסער, "הוּא סִימָן שֶׁאֵין שָׁלוֹם", איז א באווייז אז עס איז נישטא קיין שלום; דעריבער יעצט אז די וואסער האט זיך אויסגעקלארט - איז גוט, עס איז א סימן אז מען קומט זיך אויס, מען לעבט בשלום.


איך האף צום אייבערשטן מיר וועלן זוכה זיין אנצוקומען בשלום קיין אומאן, זיין ראש השנה ביים רבי'ן. גרייט אן אלעס, זע אלעס זאל זיין על צד היותר טוב, בעיקר זאל אלעס זיין גוט אן קיין סכנה. זע צו באשטעלן ראבערס פאר די מקוה מען זאל זיך נישט אויסגליטשן, אויך זאלסטו בעטן ... ער זאל שוין אנפילן די בור מי גשמים כדי די מקוה זאל זיין כשר. אויך דארף מען אנגרייטן ביי די טרעפ לעקטערס וואס צינדן זיך אן ווען מען פארלעשט די דזשענערעיטאר, עס זאל נישט זיין קיין סכנה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#4 - אנשטאט זיך אויפצועסן, ענדערש חזר נאכאמאל די אמונה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, התחדשות, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב רחמנות אויף דיר, איך זע ווי דו גייסט איין, דו עסט זיך אויף, דו פירסט חשבונות מיט דעם, מיט יענעם; א שאד זיך אויפצועסן, א שאד זיך צו פייניגן. ענדערש זאלסטו חזר'ן די אמונה, חזר טאג און נאכט די ווערטער: "אלעס איז אייבערשטער", און "אייבערשטער איז אלעס"; קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, קיינער קען מיר נישט גוטס טון, אלעס איז פון הימל.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה", א מענטש צעקלעמט זיך נישט זיין פינגער, "אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה" - נאר אז מען רופט אויס אין הימל; איז דאך זיכער אז דיין טאטע, דיין מאמע, דיין משפחה, דיינע צרות ויסורים - איז אלעס דער אייבערשטער.


גלייב מיר, וואלסטו געפאלגט דעם רבי'ן און געגאנגען שרייען אין פעלד: "רבונו של עולם רחם עלי, רבונו של עולם ראטעווע מיר, האב רחמנות אויף מיר, איך בין פארכאפט ביי די נישט גוטע, איך האב מיט יעדן א חשבון, יעדער איז מיר שולדיג; וואס איז מיט מיר? ווען וועל איך שוין תשובה טון? וויסן און געדענקען אז עס איז גארנישט דא נאר דו אייבערשטער".


וואלסטו געמאכט התבודדות - וואלסטו שוין פון לאנג געווען א פרייליכער, און אלעס וואלט דיר גרינגער געווען.


ברודער, הויב אן פונדאסניי; איך טו דאס און אלעס איז מיר גוט.

#3 - גיי מיט די קינדער ל"ג בעומר אין פעלד
חינוך הילדים, פירושים, השגחה פרטית, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


קומענדיגע וואך פאר איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קיין ארץ ישראל, איך האף צו זיין ל"ג בעומר אין מירון.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט נעמען די קינדער אין פעלד מיט די פייל און בויגן, עס איז א מנהג ישראל אז קינדער שפילן ל"ג בעומר מיט פייל און בויגן.


עס איז דא כמה טעמים אויף דעם, איך האב געהערט פון מיין טאטע שליט"א א שיינע רמז אויף דעם. די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי שביעית ט, א; תוספות עבודה זרה טז ע"ב, דבור המתחיל דימוס) ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון זיין באהעלטעניש האט ער געזען איינער פאנגט פייגלעך, עס קומט א פייגל, עס ווערט כמעט געפאנגען און פלוצלונג פליט די פייגל אוועק, נאכדעם קומט א פייגל און ער הערט א בת קול פון הימל: "ספיקולא" געכאפט! און די פייגל ווערט געפאנגען, זאגט רבי שמעון בר יוחאי פאר זיין זון רבי אלעזר: "קוק, אפילו א קליינע פייגעלע קען מען נישט פאנגען נאר נאכדעם וואס מען זאגט אין הימל מען זאל איר פאנגען"; דעריבער שיסט מען ל"ג בעומר מיט א פייל און בויגן, צו ווייזן וואס רבי שמעון בר יוחאי לערנט אונז, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס, קיין שום זאך איז א פערצופאל, יעדע זאך איז בהשגחה נפלאה פונעם אייבערשטן.


גיי מיט די קינדער ל"ג בעומר אין פעלד, שפיל מיט זיי, טאנץ מיט זיי, פריי זיך מיט זיי, אויך זינגט צום אייבערשטן אינאיינעם. לערן זיי אויס וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געלערנט אין פעלד מיט די הייליגע חבריא: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".

#2 - אז דער צדיק איז נסתלק געווארן, דארף מען זוכן זיינע תלמידים
קינדער, הפצה, צדיקים, יבנאל, הדפסה, היכל הקודש, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, הדרכות, מורה דרך, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חתן, מוהרנ"ת ז"ל, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש ברסלב


די וואך אין די פרשה זעען מיר זייער א שרעקעדיגע זאך, ווי אין די וועלט קען אזא זאך פאסירן? נאכדעם וואס אידישע קינדער האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די הייליגע תורה מיט אזעלכע וואונדער, אלע אידן האבן זוכה געווען צו רוח הקודש – זאלן זיי אראפפאלן און מאכן דעם עגל?!


אפילו די אידן האבן טאקע דאס נישט געמאכט, נאר די ערב רב, און זיי האבן פארנארט א טייל אידן – איז נאכאלץ שווער, ווייל די ערב רב האבן דאך אויך זוכה געווען צו גיין מיט משה רבינו, זיי האבן זיך מגייר געווען, זיי האבן געזען די גרויסע וואונדער וואס משה רבינו האט געטון; קריעת ים סוף, מלחמת עמלק, מתן תורה, די אותות און מופתים נוראים, נאך דעם אלעם זאל מען אזוי פארנארט ווערן און מאכן אזא זאך – אן עגל?!


זאגט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה (לקוטי הלכות ברכת הריח הלכה ד, אות לג): "וְכָל זֶה מֵחֲמַת שֶׁמֹּשֶׁה רַבֵּנוּ נִסְתַּלֵּק מֵהֶם אָז וְלֹא הָיָה בֵּינֵיהֶם, עַל כֵּן עִרְבֵּב הַשָּׂטָן אֶת הָעוֹלָם עַד שֶׁעָשׂוּ אֶת הָעֵגֶל", וויבאלד דער צדיק משה רבינו איז נישט דארט געווען, האט דער שטן געהאט די כח צו פארנארן די אידן; ווי הויך מען זאל נאר זיין, ווי נאר מען גייט אוועק פונעם צדיק – פאלט מען אראפ פון די העכסטע דרגות צו די גרעסטע טומאה. מען קען זיין ביים בארג סיני, מען האט נארוואס מקבל געווען די תורה הקדושה, נאכאלץ איז דער מענטש אין א סכנה פון אלעס פארלירן. אזוי ווי מען גייט אוועק פונעם צדיק – איז שוין גארנישט דא; דער בעל דבר האט אזעלכע כוחות, ער העצט אויף דעם מענטש – ביז מען ווערט אן עובד עבודה זרה רחמנא לצלן.


און גלייך ווען משה רבינו איז צוריק געקומען איז אלעס גוט געווארן, ער האט מכניע געווען דעם שטן, ער האט צעבראכן דעם עגל און שוין געברענגט א פרישע לוחות; ווייל נאר מיט א צדיק קען מען האבן די תורה און זיין ביים אייבערשטן.


טייערע חברים, טייערע אנשי שלומינו, מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן נישט אפלאזן דעם צדיק, מיר זאלן שטענדיג זוכן זיך פון פריש מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן, לערנען דעם רבינ'ס ספרים און זוכן ווי מען קען געפונען אין אונזער דור דעם צדיק.


רבי נתן זאגט (שם, בשר וחלב הלכה ה, אות כב): "עִקַּר חֵטְא הָעֵגֶל הָיָה עַל יְדֵי שֶׁפָּגְמוּ בִּכְבוֹד מֹשֶׁה וְתַלְמִידָיו", די עבירה פונעם עגל איז געווען אז זיי האבן פוגם געווען אין משה רבינו און אין זיינע תלמידים, "עַל יְדֵי שֶׁלֹּא הֶאֱמִינוּ שֶׁגַּם אַחַר הִסְתַּלְּקוּת מֹשֶׁה, עֲדַיִן תַּלְמִידָיו הַקְּדוֹשִׁים קַיָּמִים", זיי האבן נישט געגלייבט אז נאכן הסתלקות פונעם צדיק האמת איז נאך געבליבן תלמידים וואס זיי קענען ווייטער לערנען די וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, "וַאֲפִלּוּ לְפִי טָעוּתָם שֶׁמֵּת מֹשֶׁה, הָיָה לָהֶם לֵילֵךְ לְתַלְמִידָיו הַקְּדוֹשִׁים וְלִשְׁאֹל מֵהֶם הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר יֵלְכוּ בָּהּ", אפילו לויט זייער טעות, אז משה רבינו איז נישטא, וואלטן זיי נאך געקענט גיין צו אהרן, חור און יהושע וכו'.


שטארקט אייך מיט'ן רבינ'ס ספרים. דער רבי איז דא צווישן אונז, ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים – ביי אים לעבט דער רבי. בפרט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט בירושה, דאס זענען וואונדערליכע ספרים, עס האט א כח צו שלעפן דעם מענטש צו די גרעסטע דרגא. די ספרים האבן א כח, עס עפנט אויף די מויל צו רעדן צום אייבערשטן, מען הויבט אן לעבן מיט תכלית.


איך האב באקומען שיינע גרוסן; די וואך זענען געקומען צוויי אינגעלייט וואס האבן באזוכט ביי ענק. האברך ... נרו יאיר, און האברך ... ; ביידע פון זיי זאגן אז עס איז דא ביי ענק א שטארקע "אחדות" און "תמימות"; זיי קענען נישט קומען צו זיך פון די ליבשאפט צווישן אייך און ענקער תמימות. איך האב זיך זייער געפריידט דאס צו הערן, ווייל די צוויי זאכן זענען זייער וויכטיג, אז עס איז דא אחדות, ליבשאפט און תמימות, עס איז נישטא קיין ליצנות – דארט איז דער רבי.


די בריוו וואס איך שרייב אייך יעצט דריי אזייגער פארטאגס – איז צו פארדאנקען מיין זון, הילד ... נרו יאיר, ער וויינט שוין מער פון א שעה, ער וויל נישט שלאפן, ער האט מיך אויפגעוועקט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך וויל ענק שרייבן א בריוו לכבוד שבת, למעשה, פון אזויפיל טרדות איז דאס מיר ארויס פון קאפ.


היינט בין איך נישט געווען א גאנצן טאג אין ישיבה, פון נאך שחרית ביז נאכט בין איך געווען מיט די חתנים פון ישיבה. מיר האבן יעצט א מנין חתנים אין ישיבה, איך האב געלערנט מיט זיי הלכות, הדרכה און השקפה אויפ'ן באפעל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מיר אפאר מאל געבעטן צו לערנען מיט חתנים, זיי מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן בקדושה ובטהרה, אן קיין פאלשע לימודים. ליידער לערנט מען מיט חתנים און כלות פאלשע לימודים, קריסטליכע לימודים, פרישות השם ישמרינו; דאס איז גורם אז אינגעלייט און ווייבלעך פאלן אין עבירות, זיי האבן נישט די חומה, די שמירה, די פת בסלו.


עס קומען צו מיר חתנים פון אנדערע ישיבות איך זאל לערנען מיט זיי, אבער איך לערן נאר מיט תלמידים פון ישיבה. מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו אכטונג געבן וכו', אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפח): "הַצַּדִּיק אֵינוֹ מֵשִׁיב לוֹ הָאֲבֵדָה עַד שֶׁיִּדְרְשֶׁנּוּ אִם אֵינוֹ רַמַּאי וְשַׁקְרָן", דער צדיק פרובירט אויס דעם מענטש פאר ער לערנט מיט אים, איידער ער געבט אים צוריק זיינע אבידות – אויב ער איז א פאפער, א ליגנער.


מיר האבן געלערנט מיט די חתנים א גאנצן טאג, צוויי פון די חתנים גייען וואוינען אין ארץ ישראל, איין חתן קומט קיין ירושלים און דער צווייטער קיין בית שמש; ביידע פון זיי זענען טייערע חשוב'ע חתנים, גוטע כלים להשפיע בעזר ה' יתברך.


מן השמים האט מיר מיין זון אויפגעוועקט, יעצט איז ער שוין איינגעשלאפן, מעז יצא מתוק, פון וויינען איז ארויסגעקומען א שיינע בריוו – האט זיך אלעס געלוינט.


ביי רבי נתן איז אזוי געווען, אמאל האט פאסירט אז ביי שלש סעודות איז אריינגעקומען א נישט נארמאלער מענטש, א משוגע'נער – אין שול, ער האט געשריגן און פארפירט. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר אנשי שלומינו: "לעולם וואלטן מיר אויך ווען געדארפט אזוי אויסזען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.) 'אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה', א מענטש זינדיגט נישט, 'אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת', נאר נאכדעם וואס עס איז אריין אין אים א רוח שגעון; קומט אויס, לפי אונזערע מעשים האבן מיר דאך אזויפיל רוח שטות, וואלטן מיר שוין געדארפט זיין טויט משוגע, נאר דער אייבערשטער האט אויף אונז רחמנות געהאט און אונז מקרב געווען צום רבי'ן, - זענען מיר אביסל נארמאל". דער שמועס האט זיך פארצויגן, עס איז געווארן הערליכע שמועס; האט זיך רבי נתן אנגערופן: "אויב פון א משוגע'נער קומט ארויס אזעלכע שיינע דיבורים – פעלט אויס עס זאלן זיין אזעלכע מענטשן".


און אז פון א קינד'ס וויינען קומט א בריוו – פעלט אויס א קינד זאל וויינען; טוט מיר נאר א טובה, זייט נישט מתפלל אז מיינע קינדער זאלן זיך אויפוועקן כדי איר זאלט באקומען א בריוו, זייט מתפלל איך זאל האבן כח און קענען אנקומען ענק צו שרייבן יעדן באזונדער און אויך א בריוו יעדע וואך.


טייערע ברודער, איך בעט אייך זייער, זייט נישט "סעלפיש"; אין אמעריקע איז דא א ווארט "סעלפיש", איך ווייס נישט ווי אזוי מען רופט עס ביי ענק, סעלפיש הייסט א מענטש וואס טראכט נאר פון זיך, רעכנט זיך נישט מיט אנדערע. אז מיר זענען אין "גן עדן", מיר האבן פארזוכט פון די אונגארישע וויין, דארפן מיר דאס אויך מזכה זיין פאר אנדערע. פארוואס נישט טראכטן פון נאך א בחור, נאך א איד – זאל פארזוכן פון די גוטע זיסע עצות פון רבי'ן?


נעמט דעם שיינעם גליון היכל הקודש, סיי די אידישע און סיי די מתורגם אויף לשון הקודש, די שיינע קונטרסים עצתו אמונה, איש אמונות – די אידישע און די מתורגם'דיגע, פארשפרייטס דאס פאר אנדערע, פארשפרייטס דאס אין גאנץ ארץ ישראל.


די עצתו אמונה מתורגם איז אזוי שיין, עס האט אזא טעם, אלע ליינען דאס. עס שרייבן מיר פון אלע קרייזן, חסידי'שע, ליטווישע, ספרדי'שע; רבנים, דיינים, לומדים, מלמדים, מגידי שיעור; אלע שרייבן פה אחד אז דאס איז זייער עונג שבת, דאס איז זייער חיזוק, זייער שכל; עס קומען אן הונדערטער אזעלכע בריוון טעגליך.


דער גבאי האברך ... נרו יאיר, שרייבט מיר די וואך אז מען ענדיגט יעצט מתרגם זיין די הונדערט'סטע קונטרס פון "עצתו אמונה" מתורגם. זיין משפחה איז דאס מתרגם וואך נאך וואך, פערציג שעה א וואך, אזויפיל שעה וויפיל א אינגערמאן ארבעט ביי אונז אין אמעריקע א וואך. נישט יעדער קען דאס באווייזן, אריינלייגן אין הפצה פערציג שעה א וואך. קיינער צאלט נישט פאר דעם, קיינער האט נישט געזאגט זיי זאלן דאס טון, נאר עס ברענט אין זיי "הפצה". פון אייך אלע בעט איך נישט קיין פערציג שעה; געבט אביסל צייט פאר הפצה.


די גליונות קען מען פארשפרייטן א גאנצע וואך, עס דארף נישט זיין נאר שבת. מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, הונגעריג פאר פראקטישע עצות. מענטשן זענען שוין מיד פון די אלע גליונות, תורות, ענינים, משלים ומליצות. אויף דעם זאגט דער נביא (ישעיה ז, יג): "הַמְעַט מִכֶּם הַלְאוֹת אֲנָשִׁים, כִּי תַלְאוּ גַּם אֶת אֱלֹקִים", מענטשן ווערן מיד פון די אלע שיינע משלים און מליצות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח): "אֲנָשִׁים חוֹשְׁבִים שֶׁיָּבוֹאוּ לְאֵיזֶהוּ תּוֹעֶלֶת עַל יָדָם", מענטשן זוכן "לָדַעַת אֵיךְ לַעֲבֹד אֶת ה'", און ווען מען זעט אז מען קען גארנישט נאכטון, ביז מען זאגט: "לֹא יִרְאֶה וְלֹא יָבִין אֶלֹקִים", - קומט אויס אז דאס איז גורם מענטשן זאלן אפלאזן אידישקייט.


מה שאין כן דעם רבינ'ס ווערטער, דאס האט א כח אז עס ברענגט צוריק פון די ווייטסטע מקומות – צום אייבערשטן. די גליונות און ספרים ווייזן דעם מענטש, 'דו קענסט תשובה טון', דער מענטש ליינט א צוויי דריי בריוון, ער הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיינע מצוות און מעשים טובים'; דאס איז די פאקט, פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס די דיבורים האבן א כח? ווייל נאר דער רבי קען אלעמען צוריק ברענגען, אפילו מען האט שוין אריינגעשאסן אלע צען פיילן באשמירט מיט אלע צען גיפטן – זאגט דער רבי (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): "אוּן אִיך הֵייל זִי".


דעריבער בעט איך אייך, זייט נישט "סעלפיש", יעדער איינער זאל זיך באנייען אין "הפצה"; שעמט זיך נישט מיט היכל הקודש. עס איז שוין היינט גארנישט קיין בושה צו זיין א תלמיד היכל הקודש, א בושה איז צו זיין ביי א רבי וואס מען באקומט גארנישט, זיך דרייען אין א פלאץ אן האבן מסיים געווען אפילו איינמאל אין לעבן ששה סדרי משנה.


אין יבנאל האט מען די וואך געעפנט א דרוק, מען האט אנגעהויבן דרוקן די גליונות, עצתו אמונה וכו', דאס איז פאר מיר א גרויסע שמחה. מוהרא"ש איז פרייליך, אלע צדיקים זענען פרייליך אז די ליכטיגקייט פון רבי'ן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש גייט ווייטער און ווייטער, "לֹא יִכְבֶּה בַּלַּיְלָה נֵרָהּ" (משלי לא, יח).


בעזרת ה' יתברך קום איך גלייך נאך פורים.

#1 - פסוקי תהלים מיט א בענקשאפט צום אייבערשטן
תהלים, רבינו ז"ל, ארץ ישראל, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נאכן זיך באקענען אביסל מיט דיר אין ארץ ישראל ליינט זיך גאר אנדערש דיינע בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו טרעפן אין אתרא קדישא מירון און איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין די מערה ביי רבי שמעון בר יוחאי ל"ג בעומר צוזאמען מיט דיר; איך האב דארט אויסגעזאגט תהילים און מסיים געווען ספר תיקוני זוהר און אנגעהויבן נאכאמאל.


בשעת איך האב געזאגט תהילים ביסטו געשטאנען אונטער מיר, איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן ווי דו זינגסט די פסוקי תהילים מיט אזא הארץ, ווען דו האסט זיך געטראפן מיט א פסוק וואס האט א ליד האסטו אנגעהויבן זינגען איינמאל און נאכאמאל; איך טו אויך אזוי, איך זוך נישט צו ענדיגן תהילים שנעל, איך זוך נישט צו ענדיגן שנעל דעם יום; ווען איך טרעף א פסוק און איך האב אן התעוררות ביי דעם פסוק - בלייב איך שטיין, איך זינג דאס איינמאל, צוויי מאל - ביז איך קען גיין ווייטער. איך האב געהערט ווי דו זינגסט אין קאפיטל נא דעם פסוק (יב): "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי", מיט אזא בענקשאפט צום אייבערשטן, איך האב זיך זייער מחי' געווען.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר וויסן פון רבי'ן; דער רבי ברענגט אונז צו אזעלכע הויכע פלעצער, פלעצער וואו צדיקים קומען אן; דער רבי מאכט די זאך מיט אונז פשוט'ע אידן, אז מיר זאלן אויך האבן א בענקעניש צום אייבערשטן, מיר זאלן זיין באהאפטן צו אים דורך די עצה פון התבודדות, די עצה פון זינגען צום אייבערשטן.


זיי נישט בייז אויף מיר אז איך בין נישט אנגעקומען צו זיין אין ירושלים; איינער איז געקומען דארט, ער האט געוואלט מאכן אן איבערקערעניש. אלעס איז זיכער לטובה, וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז, אזעלכע חסדים; איך וועל קומען צו ענק בקרוב נאכאמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.