בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
וויסן זאלסטו, דער עיקר שיינקייט פון א מעננטש איז ווען עס גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע צרות און יסורים און ער דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; איינער וואס האט שווערע ביטערע צרות און ער בלייבט ביי די אמונה, אזא איינער האט דער אייבערשטער ליב. מען דארף וויסן, דער אייבערשטער האט ליב יעדן איינציגסטן איד, אבער דער איד וואס דערהאלט זיך - דער איז זייער חשוב.
מיין ליבער ברודער, מיין טייערער חבר; איך בעט דיר זייער, האב נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן. זינג א גאנצן טאג: "כי טוב השם, דער אייבערשטער איז גוט", טוב השם לכל, דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם, ורחמיו על כל מעשיו, זיין רחמנות איז אויף אלע באשעפענישן.
גלייב מיר, אויף יעדן איינעם גייט איבער וואס גייט איבער, אויף מיר גייט אויך איבער; מיט דעם אלעם שטארק איך זיך מיט אמונה, איך שטארק זיך ביז איך ווער שטארק; זאלסטו אויך זיך דערהאלטן.