בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
זיי זיך נישט מייאש, דער רבי לערנט אונז: "קיין יאוש איז נישט פארהאנען", דער אייבערשטער איז א כל יכול, ער קען געבן קינדער, אפילו ווען דאקטוירים זאגן אז מען קען נישט האבן קינדער – קען דער אייבערשטער געבן קינדער, מען דארף נאר זיין שטארק מיט אלע כוחות, אנגיין מיט עבודת השם מיט שמחה און חס ושלום נישט האבן קשיות אויף די אמונה, נישט האבן קיין פינטעלע טענות אויפן אייבערשטן, נאר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס דא פירט זיך מיט א פינקטליכע חשבון. מיר זענען שוין אלע דא געווען, און ווער ווייסט וויפיל מאל מיר זענען שוין דא, די וויפילטע גלגול.
עס איז נישט שייך צו פארשטיין דעם אייבערשטנ'ס וועגן, מיר דארפן טון וואס די תורה זאגט, מיר דארפן מתפלל זיין זוכה זיין צו ברענגען דורות און אויך ברענגען די עכטע דורות. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט זייער געמוטשעט דעם רבי'ן פאר א ברכה און הבטחה, האט אים דער רבי געזאגט: "וואס פארפירסטו אזוי? אוודאי איז גוט צו האבן קינדער, אבער די קינדער איז דאס דינען דעם אייבערשטן, (אגב, פון דעמאלט האט דער איד מער נישט געבעטן און נישט געמוטשעט, ביז איין מאל האט אים דער רבי געזאגט: "ברענג מיר הונדערט רובל", נישט קיין זילבערנע, נאר די פשוט'ע רובל, און ער האט זוכה געווען צו א בן זכר), ויהי רצון דו זאלסט אויך זוכה זיין צו א בן זכר און מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים, אמן.