בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אויף די וועלט דארף מען האבן אסאך סבלנות, יעדער איינער גייט אריבער וואס ער גייט אריבער, מען דארף אייזערנע געדולד נישט אויפצוגעבן, נישט ווערן אויפגערעגט וכו' וכו'. דער רבי דערציילט, ווען ער איז געווען א קליין קינד און זיין מאמע די צדיקת פיגא האט געקעמט זיינע האר, עס האט אים וויי געטון, ער האט געוואלט שרייען אזוי ווי די סדר ביי קינדער וואס שרייען און וויינען ווען מען קעמט זיי די האר, דער רבי האט אבער נישט געשריגן, דער רבי האט געזאגט: "איך האב שוין דעמאלט פארשטאנען אז אויף די וועלט דארף מען ליידן".
אז דו וועסט אריינעמען אמונה אין דיר וועט דיר אלעס גיין גרינגער. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קצד): "אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים, אַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵטִיב עִמָּנוּ", נאך אלע יסורים וואס גייט אריבער אויפן מענטש געבט דער אייבערשטער אויך אסאך גוטע זאכן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ רוֹצִים לְהַקְטִין אֶת הַיִּסּוּרִים", נאר דער מענטש אליין וויל זיך נישט גרינגער מאכן מיטן אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. אפילו מען גייט אריבער באמת שווערע ביטערע יסורים, "אֲבָל נֶגֶד דְּבֵקוּת אֶחָד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַה שֶּׁזּוֹכִין לְאֵיזֶה בְּחִינָה שֶׁל דְּבֵקוּת בְּמַחֲשָׁבָה אוֹ בִּבְחִינָה אַחֶרֶת", אבער ווען דער מענטש ווערט נענטער דורכדעם צום אייבערשטן, ער הויבט אן לעבן מיטן אייבערשטן, "כָּל הַיִּסּוּרִים אֵינָם כְּלוּם נֶגֶד זֶה", איז אלע יסורים גארנישט אנטקעגן דעם, "וְעַל יָדָם בְּעַצְמָם מִתְקָרְבִים וּמִתְדַּבְּקִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווייל דורכדעם ווערט א מענטש נענטער צום אייבערשטן. "כִּי נוֹטְלִין מִמֶּנִּי הַבְּרִיאוּת גּוּפִי, מִי נוֹטֵל מִמֶּנִּי הַבְּרִיאוּת, הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אִם כֵּן אֲנִי נִדְבָּק בּוֹ יִתְבָּרַךְ", מען הויבט אן פארשטיין 'ווער מאכט מיר די אלע ווייטאג? ווער נעמט מיר אוועק מיין געזונט? דער אייבערשטער אליין ברענגט מיר דאך די יסורים, אויב אזוי ווער איך נענטער צו אים'. "וְכֵן כְּשֶׁלּוֹקֵחַ חַס וְשָׁלוֹם, אֵיזֶה בֵּן, מִי לוֹקֵחַ, הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עַתָּה הוּא סָמוּךְ יוֹתֵר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בָּעוֹלָם הַבָּא סְמוּכִין יוֹתֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אויב חס ושלום מען פארלירט א קינד און מען הויבט אן פארשטיין 'ווער האט דאס מיר אוועק גענומען? דער אייבערשטער, אויב אזוי ווער איך דאך נענעטער צו אים', עיין שם.
מוהרא"ש זאגט, דער וואס וויל נישט ליידן אביסל - ליידט אסאך, און דער וואס בייגט איין דעם קאפ פארן אייבערשטן, ער איז גרייט צו ליידן דאס ביסל, און אז מען פארשעמט אים איז ער דאס מקבל באהבה - ליידט מען נישט.
איך וויל דיך נאכאמאל מחזק זיין זאלסט יעדן טאג לערנען גמרא. לערן א בלאט גמרא, אז דו קענסט גיין מיטן טעגליכן בלאט - איז גוט, און אז דו פאלסט ארויס און דו שפירסט ווי דו קענסט נישט גיין די וועג מיט גיין יעדן טאג א בלאט - זאלסטו זיך מאכן דיין אייגענע סדר אין ש"ס; הויב אן מסכת ברכות, לערן א בלאט נאך א בלאט יעדן טאג, דאס וועט מכפר זיין אויף אלע דיינע חטאים.
היינט איז די יארצייט פון הרב הקדוש רבי בנציון פון באבוב זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש דערציילט, ער פלעגט זאגן פאר זיינע תלמידים: "אויב וועל איך ענק זאגן צו פאסטן און צו מאכן סיגופים, עבודות קשות - וואלט איר מיך געגלייבט אז דאס איז מתקן דעם מענטש פון אלע חטאים, און אז איך זאג ענק איר זאלט לערנען א בלאט גמרא - דאס גלייבט איר נישט אז דאס איז מתקן דעם מענטש, עס זעט אויס צו פשוט"; ער האט זיי געזאגט אז דאס איז נאך מער מתקן פון אלע סיגופים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.