בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער וואס וועט גיין הפצה וועט אלץ האבן געלט
הפצה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ברוך ה' אז דיין טאכטער איז שוין אהיימגעקומען פון שפיטאל, דער אייבערשטער זאל איר שיקן א גאנצע רפואה.


קוקנדיג אויף דיר זע איך וואס מוהרא"ש האט געזאגט און געשריבן אלע יארן: "דער וואס וועט גיין הפצה וועט אלץ האבן געלט"; דיין גאנצע עסק איז הפצה, דו האסט נישט קיין אנדערע פרנסה, דאך האסטו מער געלט פון אנדערע אינגעלייט און נאך אביסל וועסטו האבן אן אייגענע דירה אין שטעטל.


אינגעלייט קומען זיך באקלאגן אז זיי האבן נישט פון וואו צו ברענגען פרנסה; ווען זיי וואלטן זיך נישט געפוילט און עוסק געווען אין פארשפרייטן די אמונה פאר אנדערע, וואלטן זיי געהאט שפע אין שטוב.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף דיינע ליכטיגע קינדער, זרע ברך ה'; נעם מיט דיין גרויסע אינגל ער זאל דיר העלפן מפיץ זיין, אזוי וועט ער מחונך ווערן צו טון פאר אנדערע, צו טון פאר'ן אייבערשטן – פארשפרייטן פאר אלעמען "לְהִתְוַדֵּעַ וּלְהִגָּלוֹת כִּי הוּא מֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ".