בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בענק זיך צו דיר, איך האף אז אלעס איז גוט, איך האף דו לערנסט שיעורים כסדרן אויפ'ן רבינ'ס סדר דרך הלימוד וואס האט אונז געלערנט אז מען זאל לערנען אפילו אן פארשטיין, אזוי ווי אויסגעשמועסט (שיחות הר"ן, סימן עו).
שרייב מיר דיינע סיומים – וועסטו מיך מחי' זיין. באפלייס זיך אין משניות און אין גמרא. אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהילים, דער רבי זאגט (שם, סימן צח), תהילים איז אזוי ווי א שטעקן וואס עלטערע מענטשן ליינען זיך אן דערויף, אזוי אויך, דער וואס זאגט תהילים – פאלט נישט אראפ, ער האט אויף וואס זיך אנצולאנען.
טייערער ברודער, וואלסטו געוואוסט ווי חשוב דו ביסט ביים אייבערשטן, ווי דער אייבערשטער בארימט זיך מיט דיר – וואלסטו געטאנצן פאר שמחה, וואלסט געווען משונה פרייליך, ווייל דער אייבערשטער האט אזוי ליב א איד, נאר דער סמ"ך מ"ם רעדט אונז איין אז מיר זענען גארנישט ווערד, און א רחמנות אויף די וואס גלייבן אים.
פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.