בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב גערעדט מיט דיין ווייב בנוגע דיינע קינדער; איך בעט פאר ענק אז אלע זאלן זיין געזונט, עס זאל נמתק ווערן אלע דינים פון די גאנצע משפחה, איך בין זיכער אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.
יעצט קומט ל"ג בעומר; ל"ג בעומר איז א מנהג צו שיסן מיט א פייל און בויגן. איינע פון די טעמים איז, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה עט, ו), ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר, האבן זיי געזען ווי א פאנגער פאנגט פייגלעך, זיי זעען ווי א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, און אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט א פייגל און זיי הערן א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיג פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל, איז דאך זיכער אז אלעס וואס איז אויף אונז אריבער איז פון הימל מיט א פינקטליכער חשבון"; דערפאר שיסט מען מיט די פייל און בויגן, צו געדענקען די לימוד פון דער פאנגער וואס האט געפאנגען און דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט אז אפילו א קליין פייגל קען מען נישט פאנגען נאר מיט רשות פון אויבן; מיר זאלן געדענקען אז יעדע זאך וואס פאסירט פון א קליינע זאך ביז א גרויסע זאך, אלעס איז מיט א פינקטליכער חשבון.
ליבער ברודער באשולדיג זיך נישט, און צעקוועטש זיך נישט, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער, אלעס איז נאר ווייל מען וויל הערן דיין קול ווי דו רעדסט צום אייבערשטן, און דאס איז נאך א טעם אויף וואס מיר פירן זיך צו שיסן מיט א פייל און בויגן. ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (תיקון ו, דף לו:), ווען משיח וועט קומען וועט מען זען א קשת מיט ליכטיגע קאלירן, און דאס וועט זיין די סימן אז משיח איז דא, ווען מען וועט זען די פייל און בויגן מיט ליכטיגע קאלירן, דאס מיינט מען די קשת פון אידישע קינדער; אידישע קינדער באניצן זיך נישט מיט געווער, אזוי ווי עס שטייט (תהלים מד, ז): "כִּי לֹא בְקַשְׁתִּי אֶבְטָח וְחַרְבִּי לֹא תוֹשִׁיעֵנִי", איך פארלאז זיך נישט אויף א פייל און בויגן און נישט אויף א שווערד; אידישע קינדער באניצן זיך מיט תפילה והתבודדות, דאס איז די שווערד פון אידן. אזוי ווי יעקב אבינו האט געזאגט פאר יוסף (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט דארט רש"י, מיט מיינע תפילות; דאס איז אונזער שווערד און אונזער קשת, און דאס וועט אויך זיין די שווערד פון משיח, ווייל משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין געווער, משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה, ער וועט אריינברענגען אין די וועלט די זאך פון רעדן צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן; דעריבער שיסן מיר ל"ג בעומר מיט א פייל און בויגן, צו דערמאנען אז מיר ווארטן אויף משיח וואס וועט אונז ברענגען דעם קשת בגוונא נהירין.
דער ל"ג בעומר שיסער דארף אונז דערמאנען מיר זאלן זיך מחזק זיין אין תפילה והתבודדות, מיר זאלן בעטן יעדע זאך פונעם אייבערשטן, און ווען מען געפינט זיך אין א קלעם, אין א צרה - זאל מען ניצן די מויל; די ליפן זענען אין א פארעם פון א בויגן און די צינג איז די פייל, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ט, א): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח", זאל ער נישט שרייען, "לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל", נישט צו מלאך מיכאל און נישט צו מלאך גבריאל – "אֶלָא לִי יִצְוַוח", נאר צו מיר זאל ער שרייען, "וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", און איך וועל אים גלייך העלפן; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן, תפילה איז די שטערקסטע געווער מיט וואס מען קען באזיגן אלע פיינט.
דאס זאלסטו טון, נאר רעדן צום אייבערשטן; דאנק אים אויף יעדע זאך און בעט אים אויף אלעס וואס דו דארפסט, האלט די קשת אין האנט און שיס פיילן, עפן דיין מויל און שיס ארויס פיילן, דאס מיינט מען דיבורים צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.