בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער סמ"ך מ"ם קילט אפ די שלום און די אהבה אין שטוב
שלום בית, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, רעד שיין אין שטוב, קריג זיך נישט מיט דיין ווייב; דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'.


דאס וואס פאסירט יעדע פאר טעג, עס קילט זיך אפ די שלום און די אהבה - דאס קומט פונעם סמ"ך מ"ם. דער רבי זאגט (שם, סימן רסג) שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


נעכטן איז געווען א חתונה אין ישיבה הערליך שיין; די חתונות אין ישיבה זענען הערליך שיין, מלא טעם, עס האט א אידישע חן, ובנוסף לזה איז עס גאר בחינם.


היינט בין איך געווען ערלעדיגן פאר די חתונה פון מיין זון, איך האב באשטעלט בגדים, אויך א קיטל מיט טליתים. איך קויף איין נאר וואס עס פעלט אויס, אזוי שלעפט עס נישט אריין אין חובות.


איך שרייב אראפ יעדע פרוטה וואס מיר געבן אויס פאר די חתונה, איך וועל דאס דיר שיקן די וואך פון די חתונה, דיר ווייזן אז מען קען חתונה מאכן אן קיין חובות, מען קען הנאה האבן פון די שמחה, נישט ווערן צעדרוקט.


איך בין אביסל פארנומען אין די טעג, איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.