בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
האסט זוכה געווען האסט חתונה געהאט - דארפסטו עפעס צוריקצאלן פארן אייבערשטן, די גרעסטע זאך וואס מען קען טון פארן אייבערשטן - אז מען האט רחמנות אויף זיינע קינדער, מען ברענגט זיי צוריק צו אים. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט נאך פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זאגן: "וואס איז דער סימן אז א מענטש האט ליב דעם טאטן? אז ער האט ליב זיינע קינדער".
זאלסטו זיך שטארקן אין הפצה, גיין וואס מער פארשפרייטן די הייליגע ספרים, די הייליגע קונטרסים - וואס מוהרא"ש האט געשריבן; עצות און חיזוק פון הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס ווער עס נעמט נאר די ספרים אין האנט - ווערט אים די הארץ אפן צום אייבערשטן, ער טוט תשובה און הויבט אן זיין א איד.
מאך זיך נישט צוטון פון די לצים וואס מאכן א געשפעט פון הפצה, און פון די לצים וואס רופן זיך ברסלב'ער וואס לאכן און שפעטן פון הפצה. מיר ווייסן נאר וואס דער רבי זאגט און וואס רבי נתן זאגט, דער רבי האט אונז געהייסן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן; רבי נתן שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַּמָּה פְּעָמִים הָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה עִמָּנוּ, וְהִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד לְקָרֵב נְפָשׁוֹת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לְהִשְׁתַּדֵּל לְדַבֵּר הַרְבֵּה עִם בְּנֵי אָדָם, כְּדֵי לְעוֹרְרָם וְלַהֲשִׁיבָם לְקָרְבָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער רבי האט זייער אסאך מאל גערעדט מיט אונז און אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", און זייער אסאך מאל האט דער רבי אונז פארשעמט און אונז אנגערופן 'עצים יבשים' טרוקענע ביימער, ווייל מיר געבוירן נישט קיין פרישע נפשות צום אייבערשטן.
רבי נתן שרייבט ווייטער: "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה.
דער עיקר זאלסטו גיין הפצה צו בני הנעורים, בחורים און אינגעלייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.