בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
פרייטאג האב איך זוכה געווען צו מאכן א ברית מילה, די ברית איז געווען ביי מיין טאטע שליט"א אין קארלסבורג בית המדרש. מיין טאטע שליט"א איז געווען סנדק, דער מוהל איז געווען הרב ר' אהרן ווייס שליט"א, מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז געווען סנדק מעומד, ויקרא שמו בישראל 'עמרם' נאכן זיידן הצדיק רבי עמרם אויש זכר צדיק לברכה, מיין טאטע'ס עלטער זיידע. מיין טאטע'ס מאמע חיה רעכיל עליה השלום איז א טאכטער פון רבקה פיגא עליה השלום, איר טאטע איז געווען דער צדיק רבי עמרם אויש, ער האט געוואוינט אין שטאט סאטמער, ער איז געווען א גרויסער צדיק, א גרויסער עובד השם.
ער האט חתונה געהאט און ערשט געוואוינט אין מונקאטש, עס איז דא א בריוו וואו דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו שרייבט מען זאל זען אויסצוהאלטן דעם אינגערמאן ער זאל קענען לערנען און דאווענען און בלייבן וואוינען אין מונקאטש, אויך האט דער גבאי פון דעם הייליגן מנחת אלעזר אמאל געפרעגט דעם מנחת אלעזר אז מען טראגט אים אן א זון פון רבי עמרם אויש, ער וויל פרעגן אויב ער זאל טון די שידוך, האט אים דער הייליגער מנחת אלעזר געזאגט: "איך האב געמיינט דו ביסט קלוגער, אז מען טראגט דיר אן רבי עמרם'ס א זון קומסטו מיר פרעגן? שוין זאלסטו כאפן און מאכן די שידוך, איך זאג דיר שוין מזל טוב"; שפעטער איז ער אריבער קיין סאטמער, זיין רבי דער קרן לדוד האט אים גערופן צו זיין דארט א מלמד, ער פלעגט אויך גיין אסאך נאך געלט פאר אלמנות און יתומים.
זיין יארצייט איז געווען די וואך, כ"ח תשרי, און מיין זון איז געבוירן כ"ה תשרי, האב איך געגעבן דעם נאמען נאך אים, ויהי רצון אז דער רך הנמול זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, ער זאל ראטן נאך דעם גרויסן זיידן, ער ליגט אין פעסט, איך בין שוין געווען ביי זיין ציון.
עס איז דא אסאך מעשיות אויף דעם זיידן, איך וויל דיר דערציילן איין מעשה פון דעם זיידן רבי עמרם זכר צדיק לברכה. ער פלעגט גיין אין מקוה ביי חצות הלילה אפרעכטן חצות, נאכדעם איז ער געגאנגען נאכאמאל אין מקוה ביים עלות, נאכדעם פלעגט ער לייגן צוויי פאר תפילין אין שטוב און ליינען קריאת שמע, און נאכדעם איז ער נאכאמאל געגאנגען אין מקוה און געגאנגען דאווענען, ער פלעגט גיין אפאר מאל א טאג אין מקוה. אמאל פאסירט נאך סוכות, א איד קלאפט אריין צו אים און זאגט אים: "איך בין היינט געווען מיט דיר אין מקוה און עס איז מיר גע'גנב'עט געווערן זעכציג טויזנט לאי (ביי אונז איז דאס דאלער), און אזוי ווי נאר דו ביסט געווען מיט מיר אין מקוה וויל איך צוריק מיין געלט", ער זאגט פאר רבי עמרם: "איך בין דיך נישט חושד אז דו האסט די געלט גע'גנב'עט פאר דיר אליינס, איך ווייס אז דו גייסט נאך געלט טאג און נאכט פאר אלמנות און יתומים, מן הסתם האסטו דאס גענומען פאר זיי, איך דארף צוריק מיין געלט", דער רבי עמרם האט אים אין אנהייב פרובירט צו זאגן: "איך האב חס ושלום נישט גענומען אייער געלט", אבער דער איד האט אנגעהויבן מאכן קולות: "געבט מיר צוריק מיין געלט!" רבי עמרם האט שנעל געטראכט אז דא וועט זיין א גרויסע חילול השם, האט ער אים געזאגט: "איך בין מודה אז איך האב גענומען די געלט, איך האב דאס שוין פארטיילט פאר די אלמנות און יתומים, איך בעט אייך איבער און איך בעט אייך זייער, לאמיר מאכן א געשעפט, איך וועל דיר באצאלן צוביסליך, איך וועל דיר געבן יעדע וואך מיין געהאלט", און דער איד האט מסכים געווען, א גאנץ ווינטער האט מען געהונגערט ביי רבי עמרם אין שטוב, די גאנצע געהאלט איז געגאנגען פאר יענעם.
ביז ערב פסח, ווען דער איד האט פסח'דיג געמאכט, האט ער גערייניגט אלע טאשן פון אלע רעקלעך, האט ער באמערקט די גאנצע פעקל געלט, די גאנצע זעכציג טויזנט לאי, ער האט זיך דערמאנט אז יענעם אינדערפרי ווען ער איז אהיים געקומען פונעם יריד מיט די סכום געלט האט ער אויסגעטון דעם שיינעם רעקל און אנגעטון אן אנדערע רעקל און געלאפן אין מקוה, און זעט אויס אז ער האט פארגעסן אז די געלט ליגט אינעם אנדערן רעקל, און אזוי האט ער אומזיסט חושד געווען רבי עמרם אויש. ער האט זיך זייער דערשראקן, ער איז אריבער געלאפן צום הייליגן סאטמער רבי זכותו יגן עלינו, וואס טו איך דא? ער האט דערציילט די גאנצע מעשה. דער רבי האט אים געזאגט: "גיי צו רבי עמרם און פרעג אים אליין", ער איז אריבער צו רבי עמרם און אים געבעטן ער זאל אים מוחל זיין, רבי עמרם האט אים געזאגט: "איך בין דיר מוחל", דער איד האט געוואלט געבן א גרויסע סכום געלט פאר די שרעקליכע חשד, אבער רבי עמרם האט אים געזאגט: "די געלט וויל איך נישט נעמען, דאס האב איך געדארפט אריבערגיין, דאס איז געווען פאר מיר א נסיון"; איך דערצייל דיר די מעשה ווייל איך וויל דו זאלסט וויסן ווי ווייט מען דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן קיין קריגעריי, קיין חילול השם.
זיי ממשיך צו לערנען יעדן טאג חומש, משניות. לערן גמרא; הלוואי זאלסטו זיך צוריק כאפן מיטן דף שיעור, קומענדיגע יאר וועלן מיר מסיים זיין גאנץ ש"ס, עס איז א זאך וואס אלע קענען טון, מען דארף נאר עפענען די גמרא און זאגן די ווערטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.