בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דערמאנען נעמען פון צדיקים, קען טוישן די טבע
קינדער, חיזוק פאר פרויען, עין הרע, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ....שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע וכו'; עס איז געוואנדן אינעם מענטש, דער וואס איז חושש אויף דעם זאל חושש זיין, און דער וואס איז נישט חושש אויף דעם - דארף נישט חושש זיין. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קי:): "מאן דקפיד קפיד" וכו'.


דער עיקר זאגט שמות הצדיקים. מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן אז מען זאל זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; זאלט איר זאגן די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מיבניאל וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.