בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - נישט לעבן אין איבריגע שרעק פון עין הרע
קינדער, תפילות אויף אידיש, עין הרע, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וועגן עין הרע וכו'; פון איין זייט דארף מען לעבן באשיידן און זיך פירן איידל, נישט רעדן פון דעם און נישט איינקויפן זאכן וכו', אבער פון די אנדערע זייט טאר מען נישט לעבן אין איבריגע שרעק. מען פירט זיך אז מען רעדט נישט פון דעם וכו', מען באהאלט דאס. פאר עלטערן דארף מען יא מודיע זיין, ווייל די הארץ פון א מאמע וואס זארגט און בעט - איז נישט צום באגרייפן; נאר פון חבר'טעס און אזוי ווייטער - פירט מען זיך דאס צו באהאלטן.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - געב אכטונג פון א שלעכט אויג
פרנסה, עין הרע

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


דאס וואס דו פרעגסט מיר, אז זייט דו האסט דערציילט פאר דיינע חברים פון דיינע פארדינסטן - האט זיך אפגעשטעלט די שפע, אויב דאס האט איינס מיטן צווייטן; וויסן זאלסטו, אפילו ביי נאנטע מענטשן קען זיין אמאל א שלעכט אויג, און דאס קען אפשטעלן די שפע.


דעריבער פון היינט אן זאלסטו פרובירן וואס מער צו באהאלטן דיין הצלחה, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא מב.): "אין הברכה מצויה אלא בדבר הסמוי מן העין", די ברכה איז נישט חל נאר ביי זאכן וואס זענען פארשטעלט פון די אויג; וואס דארפן דיינע חברים וויסן וויפל געלט דו פארדינסט? וואס פעלט דאס אויס? וואס ווייסטו ווער איז דיר מקנא? און ווער עס שטעלט אפ די שפע פון קומען ווייטער? ווען מען פרעגט דיר וואס איז מיט דיין פרנסה, זאלסטו זאגן: "שכוח אייבערשטער איך קען לייגן ברויט אויפן טיש, שכוח אייבערשטער איך קען צאלן שכר לימוד"; מער דארפסטו נישט רעדן.


פארן אייבערשטן זאלסטו אלעס דערציילן, פינקטליך וויפיל געלט דו מאכסט און אים דאנקען און בעטן אויף ווייטער.


בזכות וואס דו ביסט אזוי שטארק מכבד דיינע טייערע עלטערן, דו געבסט אויף זיי זייער אכטונג - וועסטו זוכה זיין צו האבן גרויס הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#6 - הנהגות פאר א אידישע מאמע וואס ווארט אויף א שמחה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, מנהגים, הדרכות, עין הרע, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר ווארט וכו'.


איר ווילט הערן אין קורצן וואס צו טון אין די טעג.


הדבר הראשון, גלייך מודיע זיין די עלטערן; עלטערן זענען באזארגט, זיי ווילן הערן גוטע נייעס ביי זייערע קינדער, גייט אריבער פערזענליך דערציילן די גוטע נייעס.


צווייטנס, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, און אין די זעלבע צייט בעטן אז אלעס זאל זיין גרינג, און אלעס זאל זיין מיט נחת און פרייד.


דריטנס, זיך אכטונג געבן פון עין הרע; מען דערציילט נישט פון דעם, מען רעדט נישט פון דעם, מען באהאלט עס פון מענטשן. אויך אין די שפעטערדיגע טעג, ווען מען קען שוין נישט באהאלטן - גייט מען אנגעטון איידל, נישט אויסשטעכן מענטשן'ס אויגן.


פערטנס, אין די צייט דארף מען רוען, זיך נישט איבערשטרענגען, זיכער נישט מאכן קיין איבערגעשטרענגטע איבונגען (עקסערסייז), עס קען זיין א סכנה.


פינפטנס, אין די צייט זאל מען נישט קוקן קיין טמא'נע חיות און בהמות; מען גייט נישט אין קיין טיער-גארטן (זו), מען קוקט נאר אויף הייליגע זאכן, זומער דארף מען זיך מער אבאכט געבן, ווייל וואס די מאמע קוקט און טראכט - קריצט זיך איין אינעם קינד, דאס העלפט אים זיין אן ערליכער איד.


זעקסטנס, מען עסט נישט קיין רויע קנאבל און רויע צוויבל, עס איז נישט גוט נישט פאר די מאמע און נישט פאר די קינד (ספר המדות אות הריון, סימן ד). צוויבל עס מיר נישט אין אלע צייטן, רויע צוויבל - זאגט דער רבי - איז סם (שיחות הר"ן, סימן רסה). אויך רעטעך איז נישט גוט צו עסן אין די טעג (ספר המדות אות קשוי לילד, סימן א).


זיבעטנס, עס איז דא א סגולה אין רבינ'ס ספרים (ספר המדות אות הריון, סימן ב), א פרוי זאל האבן מיט זיך א מאגינעט און א שטיקל האלץ פון די דאך פון א קבר פון א צדיק, אויך א זילבערנע ה (איך געב א מתנה א זילבערנע ה פאר אלע תלמידות פון בית פיגא וואס שערן זיך אפ די האר, איך מיין איך האב אייך דאס שוין געגעבן).


ועל כולם - תפילה, און נאכאמאל תפילה און א דריטע מאל תפילה.


מוהרא"ש זאגט, מען זאל זאגן די נעמען פון צדיקים, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאכדעם בעטן בזכות די צדיקים זאל אלעס זיין בשלום; דא האט איר די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


 

#5 - אכטונג געבן פון אן עין הרע
קינדער, תפילה והתבודדות, רפואה, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען פרעגט נישט וואס עס וועט זיין וכו' - צוליב עין הרע, און אזוי אויך איז נישט כדאי איינצוקויפן צוליב עין הרע.


אז דיין ווייב וויל וויסן וכו' - זאל זי דאס נישט מיטטיילן מיט אנדערע, זי קען זיך ארויסדרייען און זאגן מיר רעדן נישט צוליב עין הרע. (ווען די משפחה וועט הערן אז מען וויל נישט רעדן אלס עין הרע - וועלן זיי דאס פארשטיין, זיי וועלן דאס אפילו ארויפקוקן).


אזוי אויך, אז זי וויל יא איינקויפן יעצט - זאל זי דאס מאכן שטיל און איידל.


דער עיקר זאלט איר בעטן אסאך דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיין בנקל ובנחת, אזוי אויך זאלט איר בעטן אז איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער צדיקים.

#4 - מען דריידט זיך ארויס מיט חכמה
תפילה והתבודדות, רפואה, משפחה, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי צו זאגן פאר עלטערן וואס עס גייט זיין וכו', עס איז נישט גוט פאר עין הרע; מוהרא"ש פלעגט זאגן מען זאל נישט פרעגן דעם דאקטער בכלל, אלעס צוליב עין הרע.


אז די עלטערן מוטשען וכו', זיי פרעגן וכו' - זאלט איר זיך מאכן ווי איר ווייסט נישט, ווי איר פרעגט נישט; מען דריידט זיך ארויס מיט חכמה.


געדענקסט אוודאי וואס מוהרא"ש פלעגט מגיב זיין ווען מען האט אים דערציילט אז עס אז דא נייעס וכו'; מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעצט האסטו ניין חדשים צו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין אלעס גוט, מען זאל האבן גרינג וכו' וכו'".


דאנק דעם אייבערשטן און בעט אים אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - אז מ'וועט זיך פירן בצניעות, וועלן די קינדער זיין גרויסע צדיקים
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, רפואה, שערן די האר, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס; דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל טראגן גרינג און האבן גרינג, אלעס זאל אריבערגיין גרינג, מיט נחת און גרויס פרייד.


בנוגע אויב זי זאל זיך אויך אפשערן אין די חדשים וואס זי ווארט וכו'; אודאי זאל זי זיך אפשערן איר האר אין די חדשים, אויב עפעס איז אין די חדשים וויכטיגער זיך אפצושערן די האר, אזוי וועט דער קינד זיין א גרויסער צדיק. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט זייער שארף אויב א פרוי גייט מיט האר, דער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, מדה טובה מרובה, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך אפ אירע האר - וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער, אירע קינדער וועלן יא חשוב זיין.


בנוגע אויב זי זאל מקפיד זיין ביים שלאפן צו גיין צוגעדעקט די קאפ; קוק וואס די הייליגע חכמים זאגן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי קמחית, זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און זי האט זוכה געווען אז אלע זענען געווען כהנים גדולים. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּךְ?" האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? "אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", האט זי געזאגט פאר די חכמים: מיין גאנץ לעבן האב איך אכטונג געגעבן צו זיין גוט צוגעדעקט די קאפ, אז די האר זאל זיך נישט ארויסזען.


בנוגע פרעגן דעם דאקטער וכו'; דער עיקר דארף מען אכטונג געבן וועגן עין הרע נישט רעדן צו אנדערע, אפילו פאר עלטערן - וואס דער דאקטאר זאגט און נישט איינקויפן צוליב עין הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - די בזיונות נעמען אוועק אלע דינים
סיום, קנאה, בזיונות, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל ארויסקומען ערליכע אידישע דורות.


מזל טוב פאר די סיום מסכת תענית מאה פעמים ואחד! דאס איז א מורא'דיגע שמחה, צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט, ווי דו האסט אויסגענוצט דיינע טעג אין ישיבה; יעצט זאלסטו נעמען נאך א מסכתא, דאס לערנען און חזר'ן מאה פעמים ואחד.


ווער נישט איבערגענומען פון די בזיונות וכו', מאך זיך נישט צו טון פון די אלע וואס מאכן ווערטלעך אויף דיין חשבון; דאס איז דיר א שטארקע טובה, עס נעמט אוועק אלע דינים, אלע שלעכטע אויגן. ווי נישט ווי ביסטו יונג און עס זענען דא עלטערע פון דיר וואס האבן קנאה, דאס וואלט געקענט שאטן השם ישמרינו, אבער אז עס איז דא די בזיונות ווערן אלע דינים בטל.


לערן די מעשה ווי אזוי דער רבי האט געקענט פארן קיין ארץ ישראל, נאר דורך בזיונות, והבן.

#1 - נאר לויבן און דאנקען, און בעטן אויף ווייטער
קינדער, תודה והודאה, רפואה, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין אזוי פרייליך פאר די גוטע נייעס, דער אייבערשטער זאל העלפן אלעס זאל אריבערגיין בנקל ובנחת, דיין ווייב זאלן האבן כח, אלעס זאל אנקומען גרינג.


יעצט בלייבט נאר איבער איין זאך, דו און דיין ווייב זאלן יעדן טאג דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט ענק און איר זאלט בעטן און בעטן אויף ווייטער.


כל זמן איר קענט דאס פארהוילן פון אנדערע - זאלט איר דאס באהאלטן, אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


זיי זיך קובע צו לערנען פאר'ן דאווענען; קום אין בית המדרש לערנען, די גאנצע טאג איז אן אנדערע טאג ווען מען הייבט אן מיט תורה ותפילה.